גוטע באַציִונגען מיט אַמעריקע וועט ווייניק העלפֿן קובאַנער קהילה

Warmer Ties to US of Little Help to Cuban Jews

„עדת־ישׂראל‟, די איינציקע אָרטאָדאָקסישע שיל אין קובאַ
Josh Tapper
„עדת־ישׂראל‟, די איינציקע אָרטאָדאָקסישע שיל אין קובאַ

פֿון דזשאָש טאַפּער (ייִט״אַ)

Published January 27, 2015, issue of February 23, 2015.

האַוואַנע. — ס׳איז געווען פֿרײַטיק־צו־נאַכטס אין דער סינאַגאָגע „בית־שלום‟, און איילת (אַיעלעט) אַשכּנזי, אַ 25־יאָריקע פֿרוי, האָט אָנגעפֿירט מיטן דאַווענען, סײַ אויף שפּאַניש, סײַ אויף לשון־קודש.

כּמעט אַלע 300 ערטער פֿון דער שיל אין דער קובאַנער קרוינשטאָט זענען געווען פֿאַרנומען, אָבער ס׳רובֿ פֿון די מתפּללים זענען געווען אַמעריקאַנער טוריסטן פֿון ניו־יאָרק און ניו־דזשערזי. דעם צווייטן אינדערפֿרי, זענען די אַמעריקאַנער שוין געהאַט אָפּגעפֿאָרן. דאָס מאָל האָט מען קוים געהאַט אַ מנין: עטלעכע יונגע לײַט אין די ערשטע רייען, און אַ האַלבער טוץ גראָע קעפּ פֿון הינטן.

אַזוי איז עס הײַנט פֿאַר די בערך 1,500 ייִדן אין קובאַ: גרויסע גרופּעס געסט ברענגען טשעמאָדאַנען פֿול מיט קליידער און מעדיצינישע זאַכן, און דערנאָך פֿאַרשווינדן זיי, איבערלאָזנדיק אַ שטאַרק אָפּגעשוואַכטע קהילה. זינט דעם סוף פֿון דער קובאַנער רעוואָלוציע אין 1959, ווען עס האָבן אין קובאַ געוווינט 15,000 ייִדן, זענען הײַנט פֿאַרבליבן בלויז אַ צענטל דערפֿון.

די קובאַנער עקאָנאָמיע איז שוין פֿון לאַנג אויף גרויסע צרות, כאָטש פֿאַר די ייִדן איז עס אַ ביסל גרינגער געוואָרן זינט די באַציִונגען מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן זענען פֿרײַנדלעכער געוואָרן. די אַמעריקאַנער, אַרײַנגערעכנט די טויזנטער ייִדן, וועלכע זענען אַנטלאָפֿן פֿון קובאַ נאָך דער רעוואָלוציע, מעגן איצט צושיקן זייערע באַקאַנטע אין קובאַ ביז $2,000 יעדע דרײַ חדשים — פֿיר מאָל אַזוי פֿיל ווי דער פֿריִערדיקער מאַקסימום.

כאָטש די קובאַנער ייִדן לעבן אין דעם זעלבן דעפּרעסיוון קלימאַט ווי די אַנדערע קובאַנער (ס׳רובֿ פֿון זיי מוזן זיך באַנוגענען מיט חודשלעכע ראַציאָנען און גאָר נידעריקע שׂכירות, געוויינטלעך, נישט מער ווי 40$ אַ חודש), איז די ייִדישע קהילה אין אַ בעסערן צושטאַנד ווי די אַנדערע קובאַנער. ערשטנס, האָבן ס׳רובֿ קובאַנער אַ קנאַפּע פֿאַרבינדונג מיט דער אינטערנעץ, בעת די קאָמפּיוטערס אין „בית שלום‟ געניסן פֿון אַ גוטער פֿאַבינדונג. ווי אַ רעזולטאַט, קענען די יונגע לײַט הנאה האָבן פֿון קאָמפּיוטער־שפּילן אינעם יוגנט־קלוב. פֿינאַנציעלע שטיצע פֿונעם „דזשוינט‟ באַזאָרגט די מיטגלידער פֿון דער קהילה מיט מאָלצײַטן פֿרײַטיק־צו־נאַכטס און שבת בײַ טאָג. דאָס עסן באַשטייט בדרך־כּלל פֿון נישט־כּשרן הינדל און פּושקעס טונפֿיש, און אויף דעסערט — קאָקאָסנוס־אײַזקרעם. דער שיל־ביוראָ האָט אַן אַפּטייק, וואָס טיילט אויס צוויי מאָל אַ וואָך מעדיקאַמענטן פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, אַרײַנגעבראַכט פֿון ייִדישע טוריסטן און צדקה־אָרגאַניזאַציעס.