האַוואַנע. — ס׳איז געווען פֿרײַטיק־צו־נאַכטס אין דער סינאַגאָגע „בית־שלום‟, און איילת (אַיעלעט) אַשכּנזי, אַ 25־יאָריקע פֿרוי, האָט אָנגעפֿירט מיטן דאַווענען, סײַ אויף שפּאַניש, סײַ אויף לשון־קודש.
כּמעט אַלע 300 ערטער פֿון דער שיל אין דער קובאַנער קרוינשטאָט זענען געווען פֿאַרנומען, אָבער ס׳רובֿ פֿון די מתפּללים זענען געווען אַמעריקאַנער טוריסטן פֿון ניו־יאָרק און ניו־דזשערזי. דעם צווייטן אינדערפֿרי, זענען די אַמעריקאַנער שוין געהאַט אָפּגעפֿאָרן. דאָס מאָל האָט מען קוים געהאַט אַ מנין: עטלעכע יונגע לײַט אין די ערשטע רייען, און אַ האַלבער טוץ גראָע קעפּ פֿון הינטן.
אַזוי איז עס הײַנט פֿאַר די בערך 1,500 ייִדן אין קובאַ: גרויסע גרופּעס געסט ברענגען טשעמאָדאַנען פֿול מיט קליידער און מעדיצינישע זאַכן, און דערנאָך פֿאַרשווינדן זיי, איבערלאָזנדיק אַ שטאַרק אָפּגעשוואַכטע קהילה. זינט דעם סוף פֿון דער קובאַנער רעוואָלוציע אין 1959, ווען עס האָבן אין קובאַ געוווינט 15,000 ייִדן, זענען הײַנט פֿאַרבליבן בלויז אַ צענטל דערפֿון.
די קובאַנער עקאָנאָמיע איז שוין פֿון לאַנג אויף גרויסע צרות, כאָטש פֿאַר די ייִדן איז עס אַ ביסל גרינגער געוואָרן זינט די באַציִונגען מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן זענען פֿרײַנדלעכער געוואָרן. די אַמעריקאַנער, אַרײַנגערעכנט די טויזנטער ייִדן, וועלכע זענען אַנטלאָפֿן פֿון קובאַ נאָך דער רעוואָלוציע, מעגן איצט צושיקן זייערע באַקאַנטע אין קובאַ ביז $2,000 יעדע דרײַ חדשים — פֿיר מאָל אַזוי פֿיל ווי דער פֿריִערדיקער מאַקסימום.
כאָטש די קובאַנער ייִדן לעבן אין דעם זעלבן דעפּרעסיוון קלימאַט ווי די אַנדערע קובאַנער (ס׳רובֿ פֿון זיי מוזן זיך באַנוגענען מיט חודשלעכע ראַציאָנען און גאָר נידעריקע שׂכירות, געוויינטלעך, נישט מער ווי 40$ אַ חודש), איז די ייִדישע קהילה אין אַ בעסערן צושטאַנד ווי די אַנדערע קובאַנער. ערשטנס, האָבן ס׳רובֿ קובאַנער אַ קנאַפּע פֿאַרבינדונג מיט דער אינטערנעץ, בעת די קאָמפּיוטערס אין „בית שלום‟ געניסן פֿון אַ גוטער פֿאַבינדונג. ווי אַ רעזולטאַט, קענען די יונגע לײַט הנאה האָבן פֿון קאָמפּיוטער־שפּילן אינעם יוגנט־קלוב. פֿינאַנציעלע שטיצע פֿונעם „דזשוינט‟ באַזאָרגט די מיטגלידער פֿון דער קהילה מיט מאָלצײַטן פֿרײַטיק־צו־נאַכטס און שבת בײַ טאָג. דאָס עסן באַשטייט בדרך־כּלל פֿון נישט־כּשרן הינדל און פּושקעס טונפֿיש, און אויף דעסערט — קאָקאָסנוס־אײַזקרעם. דער שיל־ביוראָ האָט אַן אַפּטייק, וואָס טיילט אויס צוויי מאָל אַ וואָך מעדיקאַמענטן פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, אַרײַנגעבראַכט פֿון ייִדישע טוריסטן און צדקה־אָרגאַניזאַציעס.
אַ טייל פֿון די ייִדישע כּלל־טוער זאָרגן זיך, אַז די ברייטהאַרציקע שטיצע פֿונעם „דזשוינט‟ און „בני־ברית אינטערנאַציאָנאַל‟ האָט שוין צוגעוווינט די אָרטיקע ייִדן צו זײַן אָפּהענגיק פֿון אַנדערע. בפֿרט זעט מען דאָס בײַ די עלטערע ייִדן, וועלכע זענען מער פֿאַראינטערעסירט אינעם קריגן די זאַפּאַסן איידער אין אויסלעבן זיך ווי ייִדן.
„מיר וועלן נישט קענען אייביק בלײַבן אָפּהענגיק פֿון די אַמעריקאַנער און קאַנאַדער,‟ האָט באַמערקט אַדעלאַ דוואָרין, די פּרעזידענטין פֿון „בית־שלום‟ און אַ פֿאַרמיטלערין צווישן דער קהילה און דער רעגירונג. „מיר מוזן ווערן מער זעלבשטענדיק.‟
דער רעזשים איז דווקא פּאָזיטיוו־געשטימט צו דער קהילה. פּרעזידענט ראַול קאַסטראָ איז שוין בײַגעווען אויף צוויי חנוכּה־פֿײַערונגען אין „בית־שלום‟. עס געפֿינען זיך אויך צוויי אַנדערע שילן אין האַוואַנע, און קלענערע שילעכלעך אין עטלעכע שטעטלעך, אַרײַנגערעכנט סאַנטאַ־קלאַראַ און גוואַנטאַנאַמאָ.
ס׳רובֿ קובאַנער טאָרן נישט עמיגרירן אָן אַ דערלויבעניש פֿון דער רעגירונג. אָבער זינט 1992, ווען די קובאַנער קאָנסטיטוציע איז געענדערט געוואָרן, כּדי צו דערלויבן רעליגיעזע פֿרײַהייט, האָבן די ייִדן געמעגט עולה זײַן קיין ישׂראל. אין 2013 האָבן 72 קובאַנער ייִדן עולה געווען — אַ גרויסע צאָל פֿאַר אַזאַ קליינעם ייִשובֿ. עליאַנאַס קינאָנעס, אַ 19־יאָריקע מעדיצינישע סטודענטקע, האָט געזאָגט, אַז צווישן 20 און 30 פֿון אירע פֿרײַנד האָבן זיך שוין באַזעצט אין ישׂראל אין די לעצטע עטלעכע יאָר. אין דער זונטיקשול „אַלבערט אײַנשטײן‟ לערנען זיך 168 תּלמידים, אָבער בערך 40% פֿון זיי זענען מיטל־יאָריקע און עלטערע לײַט.
עס קומען אָבער יאָ אַרײַן נײַע גרים. ס׳רובֿ פֿון זיי זענען קובאַנער פֿון געמישטע חתונות, וועלכע האָבן אַנטדעקט זייערע ייִדישע וואָרצלען זינט די 1990ער. קאָנסערוואַטיווע ראַבינער קומען אויפֿן אינדזל פֿון צײַט צו צײַט, וווּ זיי פֿירן דורך גיור־צערעמאָניעס. די לעצטע צערעמאָניע איז פֿאָרגעקומען מיט דרײַ יאָר צוריק, ווען מע האָט געמלעט 20 מאַנצבילן אין „האַוואַנע־שפּיטאָל‟, און גלײַך נאָך דעם האָבן די מענער פֿריילעך אויסגעשריגן: „מזל־טובֿ!‟ — און דערבײַ שטאַרק צעטומלט די קראַנקן־שוועסטער, האָט דוואָרין דערציילט. דעם גיור דאַרפֿן דורכפֿירן אויסלענדישע ראַבינער, ווײַל קובאַ האָט נישט קיין אייגענעם רבֿ אָדער ראַבינער.
די געציילטע ייִדן, וועלכע היטן כּשרות באַקומען ראַציאָנען פֿון כּשרן רינדערן פֿלייש אַנשטאָט חזיר־פֿלייש. יעקבֿ בערעזניאַק־הערנאַנדעז, דער פֿירער פֿון דער דערבײַיִקער אָרטאָדאָקסישער שיל „עדת ישׂראל‟ און אַליין אַ קצבֿ פֿון פֿאַך, טיילט אויס דאָס פֿלייש פֿון אַ קליינעם געוועלב.
לויִס שקלאַרז, אַ 76־יאָריקער מתפּלל בײַ „עדת ישׂראל‟, וווּ דער טויער איז באַוואָרנט מיט שטעכלדראָט, זאָגט, אַז כּל־זמן דער עמבאַרגאָ גייט אָן, וועלן די ייִדן ווײַטער פֿאַרלאָזן דעם אינדזל. „די זקנים וועלן אויסשטאַרבן, און די יונגע לײַט וועלן זיך ווײַטער באַזעצן אין ישׂראל,‟ האָט ער באַטאָנט.
אַשכּנזי האַלט אָבער אַנדערש; די שיל, וווּ זי גייט יעדן שבת, איז בײַ איר ווי „אַ צווייטע היים‟. וואָס די צוקונפֿט זאָל נישט נאָר ברענגען, זאָגט זי, „איז מיר זייער וויכטיק צו בלײַבן דאָ.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.