הײַיאָר מערקן מיר אָפּ זיבעציק יאָר זינט די רוסן האָבן באַפֿרײַט דעם אַרבעטס־און טויט־לאַגער אוישוויץ-בירקענאַו. פּיאָטר ציווינסקי, דער דירעקטאָר פֿונעם אוישוויץ־מוזיי האָט באַמערקט, אַז דאָס וועט זײַן דאָס לעצטע מאָל, וואָס אַ גאַנצע גרופּע פֿון ניצול-געבליבענע וועט אָנטייל נעמען אין די צערעמאָניעס. אין צען יאָר אַרום, זאָגט ציווינסקי, וועלן נאָר איינצלנע מענטשן בלײַבן פֿון די, וואָס האָבן געזען מיט די אייגענע אויגן די אוישוויץ־אימה. עס וועט קומען אַ צײַט, ווען נאָר אינסטיטוציעס, ווי דער אוישוויץ־מוזיי, וועלן מוזן אויפֿהאַלטן דעם זכּרון וועגן דעם אוישוויץ-בירקענאַו גיהנום, זאָגט ציווינסקי.
ווי עס האָט שוין געזאָגט הענרי אַפּעל, נאָר איין זאַך איז שרעקלעכער פֿון אוישוויץ — פֿאַרגעסן וועגן אוישוויץ. דרײַסיק לענדער האָבן געשאַפֿן אַ פֿאָנד, וואָס וועט שטיצן דעם אוישוויץ-בירקעאַו־מוזיי אין דער צוקונפֿט.
א שיינע איניציאַטיוו פֿון דער פֿונדאַציע „ייִדיש‟: אַ וואַרשטאַט פֿון ייִדישע לידער פֿאַר קינדער, וואָס וועט פֿאָרקומען איין מאָל אַ וואָך אין דער שול 166, די איינציקע שול אין פּוילן, וואָס האָט אַ מלוכישע ייִדישע לערן-פּראָגראַם.
די קינדער און יוגנטלעכע קענען פֿון חודש פֿעברואַר אָן זיך לערנען די ייִדישע שפּראַך, זינגענדיק ייִדישע לידער. כּדי צו מאַכן די לערן-פּראָגראַם מער לעבעדיק, וועט מען לערנען די קינדער אויך צו שפּילן גיטאַר. הייסט עס, אַז די קינדער וועלן לערנען צוויי שפּראַכן אין איין מאָל — ייִדיש און די שפּראַך פֿון מוזיק.
די פּראָגראַם, וואָס הייסט, „לאָמיר זשע זינגען‟ איז בחינם. די שול 166, נישט ווײַט פֿונעם גרויסן ייִדישן בית-עולם, פֿאַרבעט קינדער און אַפֿילו טאַטע-מאַמעס צו פֿאַרברענגען יעדן דאָנערשטיק, דרײַ אַ זייגער נאָכמיטאָג אינעם שיינעם ליכטיקן זאַל נומער 27 פֿון דער שול. דאָרט וועלן זיי זיך לערנען צו לייענען און שרײַבן ייִדיש, און דער עיקר — זינגען האַרציקע ייִדישע לידער.
דינסטיק, דעם 20טסטן יאַנואַר האָט דער „צענטער פֿאַר ייִדישער קולטור‟ פֿאַרבעטן דעם וואַרשעווער עולם אויף אַן אָוונט, געווידמעט יעקבֿ פֿראַנקן און זײַנע חסידים, די פֿראַנקיסטן.
דער „מאַמעלע-קלוב‟ אין ייִדישן טעאַטער איז געווען פֿול מיט מענטשן — נאָך אַ באַווײַז, אַז ייִדישע טעמעס אינטערעסירן דעם פּוילישן עולם וואָס אַ מאָל מער.
דער הויפּט־רעדנער איז געווען פּראָפֿעסאָר יאַן דאָקטור, פֿונעם וואַרשעווער ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט. ער פֿאַרנעמט זיך שוין דרײַסיק יאָר מיט פֿראַנקן און די פֿראַנקיסטן.
ווי באַקאַנט, האָט יעקבֿ פֿראַנק געטענהט, אַז ער איז דער מלך־המשיח. אין יאָר 1759 האָט ער אָבער, אין איינעם מיט זײַנע חסידים, זיך געשמדט. הגם זיי זענען געוואָרן קריסטן, האָבן די פֿראַנקיסטן באַהאַלטן אַ מין פּאָסט-ייִדישע אידענטיטעט. אַ סך פֿון זיי, ווי די אַמאָליקע שפּאַנישע מאַראַנען, האָבן חתונה געהאַט כּמעט נאָר צווישן זיך. אַ סך פֿראַנקיסטן האָבן דערגרייכט הויכע פּאָזיציעס אין דער פּוילישער מלוכה. פּוילנס גרעסטער פּאָעט, אַדאַם מיצקעווישט, האָט חתונה געהאַט מיט אַ פֿרוי פֿון אַ פֿראַנקיסטישער משפּחה. יש אומרים, אַז ער אַליין שטאַמט פֿון די פֿראַנקיסטן. ווי סע זאָל נישט זײַן, איז מיצקעווישט געווען אַ הייסער פֿילאָסעמיט און אין זײַנע ווערק קען מען געפֿינען אַלוזיעס צום גלויבן אין אַ כּמו-פֿראַנקיסטישן משיח.
אַדריאַן פּאַנעק, אַ פּוילישער פֿילם־רעזשיסאָר, וואָס האָט לעצטנס געמאַכט אַ פֿילם אונטערן טיטל „דעת‟ DAAS וועגן די פֿראַנקיסטן, האָט אָנטייל גענומען אין דער דיסקוסיע. אָלגאַ טאָקאַרטשוק האָט נאָר וואָס אַרויסגעגעבן אַ בוך, KSIEGI JAKUBOWE — דהײַנו „יעקבס ספֿרים‟, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט די פֿראַנקיסטן.
ווי איר זעט, איז דער אינטערעס צו די פֿראַנקיסטן גרויס ביז הײַנט. דער עולם האָט צווישן אַנדערע אויך דעבאַטירט די סיבה פֿון דעם פֿענאָמען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.