(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אינעם בנין פֿון אינטערנאַציאָנאַלער אַסאָציאַציע פֿון שלום־פֿונדאַציעס זײַנען פּרעזענטירט געוואָרן 2 נײַע ביכער, געווידמעט דעם חורבן. דאָס ערשטע בוך הייסט „דאָס אומבאַקאַנטע שוואַרצע בוך‟ — און איז כּולל מאַטעריאַלן פֿונעם „שוואַרצן בוך‟, וואָס זענען ניט אַרײַן אין דער סאָוועטישער אויסגאַבע, צוגעגרייט פֿון איליאַ ערענבורג און וואַסילי גראָסמאַן. דאָס צווייטע בוך הייסט „איך בין אַרויס פֿון אוישוויץ‟, וווּ די מחברטע, אַלאַ שאַכאָווסקאַיאַ־פּרײַסמאַן האָט איבערדערציילט די זכרונות פֿון אוישוויץ, וואָס ס’האָט איר דערציילט איר מאַמע, אַ קאַצעטלערין.
אין דעם ייִדישן קהילה־צענטער אין מאַרינאַ ראָשטשאַ איז פֿאָרגעקומען אַ זיצונג פֿונעם קלוב פֿון ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער געשיכטע. אַ רעפֿעראַט האָט געהאַלטן דער היסטאָריקער, פּראָפֿעסאָר פֿון וואַרשעווער אוניווערסיטעט שמעון רודניצקי. זײַן רעפֿעראַט איז געווען געווידמעט יאַן קאַרסקי — דער פּוילישער מענטש, וואָס האָט עפֿנטלעך דערציילט אין לאָנדאָן וועגן דעם גאַנצן שוידער, וואָס קומט פֿאָר אין דער וואַרשעווער געטאָ, ווען די געטאָ האָט נאָך עקזיסטירט. קאַרסקין האָט מען ניט געגלייבט. ער האָט אַרויסגעגעבן אַ בוך וועגן דער פֿאַרטיליקונג פֿון די פּוילישע ייִדן. אין 1982 איז ער דערקלערט געוואָרן ווי אַ חסיד־אומות־העולם און געוואָרן אַן ערן־בירגער פֿון מדינת־ישׂראל. קאַרסקי איז געשטאָרבן אין 2000 אין וואַשינגטאָן.
אין עטלעכע מאָסקווער טעאַטערס ווערן די טעג געוויזן ספּעקטאַקלען אויף ייִדישע טעמעס: „דער זינגענדיקער מיכאָלעס‟, „שׂונאים: אַ ליבע־געשיכטע‟ (לויט באַשעוויס׳ ראָמאַן), „בערדיטשעוו‟ און אַנדערע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.