איין ספֿרדישע שפּראַך צי גאַנצע דרײַ?

One or Three Sephardic Languages?

מאָלי פֿיצמאָריס, אַ סטודענטקע פֿון פּראָפֿ׳ דעווין נער, וועלכער שטייט הינטער איר, טרעט אויף מיט אַ חודש צוריק בעת דער לאַדינאָ־אונטערנעמונגען אין סיאַטל.
Meryl Schenker
מאָלי פֿיצמאָריס, אַ סטודענטקע פֿון פּראָפֿ׳ דעווין נער, וועלכער שטייט הינטער איר, טרעט אויף מיט אַ חודש צוריק בעת דער לאַדינאָ־אונטערנעמונגען אין סיאַטל.

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published January 29, 2015, issue of February 23, 2015.

דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק האָט מען אין אַ רוסיש־רעדנדיקער ליובאַוויטשער שיל פֿון סטאַטען־אײַלענד פֿאַרזאַמלט דעם עולם צו פֿאַרזוכן כאַש, דעם טראַדיציאָנעלן מאכל פֿון די גרוזינער ייִדן. דער רבֿ, אַ יונגער אַשכּנזישער ייִד פֿון מאָסקווע, האָט דערקלערט, אַז אַזאַ מאכל עסט מען אויך בײַ די בוכאַרער ייִדן און „אין אַנדערע ספֿרדישע קהילות‟.

דאָס איז אַ בײַשפּיל פֿונעם פֿאַרשפּרייטן טעות, לויט וועלכן אַלע ייִדישע עדות, אַחוץ די אַשכּנזים, מוזן זײַן ספֿרדים. אין דער אמתן, קומט כאַש, אַ הייסער פֿליישיקער זופּ, וואָס מע עסט גאַנצפֿרי מיט אַ גרופּע חבֿרים, לכתּחילה פֿון אַרמעניע און איז פּאָפּולער אין גרוזיע, אָבער נישט צווישן די ספֿרדים.

צי שטעלן די שפּאַניש־שטאַמיקע ספֿרדים מיט זיך פֿאָר איין עטנישע גרופּע, וואָס רעדט אויף דער זעלבער טראַדיציאָנעלער שפּראַך און פֿאָלגט די זעלבע מינהגים? לאַוו־דווקא. אַפֿילו צווישן די מערבֿ־אייראָפּעיִשע און מיזרח־אייראָפּעיִשע אַשכּנזים זענען פֿאַראַן ממשותדיקע חילוקים, צוליב וועלכע די דײַטשישע „יעקעס‟ האָבן מיט 100 יאָר צוריק אָפֿט באַטראַכט די ליטוואַקן און גאַליציאַנער ווי מאָדנע מיזרחדיקע „אָסטיודען‟. די מערבֿדיקע דיאַלעקטן פֿון ייִדיש, הײַנט אַ זעלטנקייט, קלינגען כּמעט ווי אַן אַנדער לשון. אויף אַן ענלעכן אופֿן, קאָן מען באַטראַכט די אייראָפּעיִשע און צפֿון־אַפֿריקאַנער ספֿרדים ווי צוויי אייגנאַרטיקע עדות מיט באַזונדערע שפּראַכן: לאַדינאָ און האַקעטיִאַ.

דעם 4טן דעצעמבער איז אין סיאַטל, בײַם וואַשינגטאָנער אוניווערסיטעט, פֿאָרגעקומען די צווייטע יערלעכע אונטערנעמונג לכּבֿוד דעם „אינטערנאַציאָנאַלן טאָג פֿון לאַדינאָ‟. די ערשטע וועלט־אונטערנעמונג איז דורכגעפֿירט געוואָרן מיט אַ יאָר צוריק אויך אין דער זעלבער שטאָט.