דער „אַלף־בית‟ און דער „פֿאָרווערטס‟

The Alef-Beyz and the Forward


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published January 30, 2015, issue of February 23, 2015.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

האָט ער איר פֿאַרזיכערט, אַז יאָ און געגעבן איר מײַן טעלעפֿאָן־נומער. ווי נאָר זי איז אַהיים געקומען, האָט זי מיר געקלונגען און פֿאַרבעטן צו זיך. ס’איז פּונקט אויסגעפֿאַלן חנוכּה, און מיר האָבן זיך געשטעלט פּרעגלען לאַטקעס, און רעדן אָן אַ סוף.

גיי ווייס, אַז מיר האָבן אַלס יונגע קינדער געלעבט נאָך דער מלחמה אין דער זעלבער שטאָט אין אולם, דײַטשלאַנד, זי — אין סעדאַן קאַסערנע און איך — אין הינדענבורג קאַסערנע. מיר זײַנען געגאַנגען אין דער זעלבער „בית ספֿר תּרבות‟ וואָס די שליחים פֿון פּאַלעסטינע האָבן אויפֿגעשטעלט פֿאַר די פּליטים־קינדער. מיר האָבן געהאַט די זעלבע לערער און געזונגען די זעלבע לידער. צו אונדזער פֿרייד איז נישט געווען קיין שיעור.

דורך דער צײַט, האָט זי מיט איר מאַן פֿאַרקויפֿט זייער הויז אין לאָנג־אײַלענד און זיך אַרײַנגעצויגן אין דער זעלבער געבײַדע ווו איך האָב געוווינט. פֿאַרשטייט זיך, אַז די פֿרייד איז געווען גרויס, ווײַל נאָך אַלעמען, ס’רובֿ פֿון אונדזערע משפּחות זײַנען אומגעקומען אין חורבן־צײַט, זײַנען מיר געוואָרן משפּחה.

איין מאָל דערציילט זי מיר, בעת זיי האָבן געוווינט אין מינכען, איז איר זיידע זייער קראַנק געוואָרן. ער האָט באַקומען אַ בלוט־שטורץ אין מוח און אָנגעוווירן די שליטה פֿון רעדן. איז ווי פֿאַרשטענדיקט מען זיך מיט אַזאַ טײַערן אוצר ווי אַ זיידע? איז לאה געפֿאַלן אויף אַ פֿאָרטל, דער זיידע פֿלעגט לייענען דעם „פֿאָרווערטס‟, האָט זי אים געברענגט דעם „פֿאָרווערטס‟ אין שפּיטאָל אַרײַן און גענומען אויסקלײַבן די ייִדישע אותיות און געמאַכט פֿון זיי זאַצן, און דער זיידע האָט זיך דערפֿרייט מיטן נײַעם מיטל פֿון קאָמוניקאַציע. דער זיידע איז טאַקע אויסגעגאַנגען אינעם שפּיטאָל אין מינכען, און מ’האָט אים מקבר געווען אויף אַ ייִדישן בית־עולם טאַקע אין מינכען, טראָץ דעם וואָס מיר ווייסן, אַז גאַנץ דײַטשלאַנד איז געווען איין בית־עולם פֿאַר ייִדן.

ווען לאה איז מיט איר אויסשטעלונג געפֿאָרן קיין מינכען און דערציילט די דאָרטיקע ייִדן אַז מענכע שטעט אין דײַטשלאַנד נאָך דער מלחמה האָבן געדינט ווי פּליטים־לאַגערן אויף דער אַמעריקאַנער זאָנע, איז דער אָפּרוף געווען אַ פּאַרעווער. ייִדן, דער עיקר וואָס האָבן אָפּגעשטאַמט פֿון דײַטשלאַנד און עסטרײַך, האָבן זיך באַצויגן דערצו קאַלט־בלוטיק, ווי נישט זיי מיינט מען.

דער עיקר, זי איז אַוועק אויף קבֿר־אָבֿות, און אויסגעלאָזט איר גאַנצן צער אויפֿן זיידנס קבֿר. אַ חוץ די שטיינדלעך, האָט זי אַוועקגעלייגט אויף זײַן מצבֿה אַ „פֿאָרווערטס‟, זאָל ער האָבן וואָס צו לייענען.