אַ ייִדישער פּרעמיער אין גרויס־בריטאַניע?

A Jewish Prime Minister in Great Britain?

עד מיליבאַנד
Getty Images
עד מיליבאַנד

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published January 30, 2015, issue of February 23, 2015.

עס זײַנען דאָ לענדער, וווּ די פּאָליטישע סיסטעם בלײַבט נאָך אַלץ גראָדליניק ווי אין מלך סאַבעצקיס צײַטן: איין מלך רוקט זיך אָפּ, און אויף זײַן אָרט קומט גלײַך עפּעס אַ יורש. אַזוי איז עס לעצטנס געשען, אַ שטייגער, אין סאַודי אַראַביע. אָבער אין דעם עולם־הזה, באַפֿעלקערט דורך די לייענער פֿון „פֿאָרווערטס‟ (כ’האָב אַ חשד, אַז תּושבֿים פֿון ריִאַד קוקן ניט, בדרך־כּלל, אַרײַן אין אונדזער צײַטונג), קומט פֿאָר די שינוי אַ ביסל אַנדערש, דהײַנו: דורך דעמאָקראַטישע צי כּמו־דעמאָקראַטישע וואַלן. ס’איז אַ מין קדחת, וואָס אַ לאַנד לעבט איבער פֿון צײַט צו צײַט, און דערנאָך, ווען די היץ פֿאַלט, קומט דאָס לעבן צוריק צו אַ מער אָדער ווייניקער נאָרמאַלן ריטעם.

ממש ערשט־אָ האָט אַ קדחת געטרייסלט גריכנלאַנד, און מע וואַרט איצט, וואָס די נײַע רעגירונג, אַ ראַדיקאַלע און נאַציאָנאַליסטישע, וועט טאָן אין שײַכות מיט די באַציִונגען, בפֿרט עקאָנאָמישע, וואָס גרינכלאַנד האָט מיט דער פֿאַראייניקטער אייראָפּע. הגם אַלעקסיס ציפּראַס, וואָס וועט איצט שטיין אין שפּיץ פֿון דער רעגירונג, איז אַ געוועזענער קאָמוניסט און טראָגט ניט קיין שניפּס, איז קלאָר, אַז אַ קלאַפּ טאָן מיט דער טיר וועט ער ניט קענען. זײַן רעגירונג וועט מוזן זוכן אַ פּשרה צווישן די פֿאָדערונג פֿון דער פֿאַראָרעמטער באַפֿעלקערונג און דעם אייראָפּעיִשן קהל, וואָס האָט אַרײַנגעגאָסן גאָר משוגענע געלטער אין דער אָפּגעשוואַכטער גריכישער עקאָנאָמיע, פּרוּוונדיק צו ראַטעווען ניט בלויז דאָס אוראַלטע לאַנד, נאָר אויך דעם גאַנצן אייראָפּעיִשן פּראָיעקט.

דעם 7טן מײַ וועלן פֿאָרקומען וואַלן אין אַן אַנדער אייראָפּעיִשער מדינה — גרויס־בריטאַניע; דאָס וועלן זײַן די 55סטע גרויס־בריטישע וואַלן, דורכגעפֿירט זינט יאָר 1801. פֿריִער זײַנען אין יענע מקומות אויך געווען פּאַרלאַמענטן, אָבער דווקא אין 1801 האָט מען צום ערשטן מאָל אויסגעוויילט אַן אַלגעמיינעם פּאַרלאַמענט פֿאַר אַלע טיילן, שאָטלאַנד און אירלאַנד בתוכם. הקיצור, עפּעס אַ דערפֿאַרונג פֿון דורכפֿירן אַזעלכע זאַכן האָט מען דאָרטן באַוויזן אָנזאַמלען.

אין 19טן יאָרהונדערט איז דער פּאַרלאַמענט ניט געווען קיין באמת דעמאָקראַטישע אינסטיטוציע; נאָר זייער אַ קליינער טייל, ממש געציילטע פּראָצענטן, פֿון דער באַפֿעלקערונג האָבן זיך געקענט באַטייליקן אין די וואַלן. אין 1847 איז פֿאַר אַ מיטגליד פֿונעם בריטישן פּאַרלאַמענט אויסגעוויילט געוואָרן ליאָנעל ראָטשילד, אָבער זײַן אָרט האָט דער פֿאָרשטייער פֿון דער לעגענדאַרער משפּחה ניט געקענט פֿאַרנעמען, ווײַל ער האָט זיך אָפּגעזאָגט צו געבן אַ שבֿועה אויף אַ קריסטלעכער ביבל. די מעשׂה האָט געדויערט בערך עלף יאָר, ביז ס’איז, סוף־כּל־סוף, דורכגעבראָכן געוואָרן אַ וואַנט אינעם באַוווּסטזײַן פֿון דעם בריטישן עליט: דער פּאַרלאַמענט האָט געמאַכט מעגלעך אָנצונעמען אַ ייִדישן דעפּוטאַט ווי אַ ייִד, מאַכנדיק אַ ייִדישע שבֿועה.