(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אַ סך ווענט זײַנען דורכגעבראָכן געוואָרן פֿאַר די אַריבער צוויי הונדערט יאָר. נאָר אין 1918 האָבן די פֿרויען, תּחילת נאָר די וואָס האָבן דערגרייכט דעם עלטער פֿון 30, באַקומען די מעגלעכקייט צו שטימען און זײַן אויסגעוויילט. עס האָט געדויערט נאָך אַ יאָרצענדליק ביז די פֿרויען האָבן, אין דעם זין, באַקומען די זעלבע רעכט ווי מענער.
עס זעט אויס, אַז הײַנט איז דער ברייטער בריטישער עולם גרייט צו האָבן אַ ייִדישן פּרעמיער־מיניסטער, און די רייד גייט ניט וועגן דעם, אַז ער מוז זײַן אַ געשמדטער, ווי ס’איז געווען בענדזשאַמין דיזראַעלי. אַזאַ מעגלעכקייט (לכל־הפּחות, אַ טעאָרעטישע) האָט הײַנט־צו־טאָג דער פֿירער פֿון דער לייבאָריסטישער פּאַרטיי עד מיליבאַנד. אַן אויספֿרעג האָט געוויזן, אַז פֿאַר דער מערהייט שפּילט זײַן ייִדישקייט קיין שום ראָלע ניט; אָבער דער אויספֿרעג האָט אויך געוויזן, ווי די באַציִונג איז פֿאַרבונדן מיט פּאָליטישע סימפּאַטיעס פֿון די רעספּאָנדענטן. אַגבֿ, אַ דריטל אויסגעפֿרעגטע האָבן זיך געחידושט צו דערוויסן זיך, אַז מיליבאַנד איז אַ ייִד.
די לײַט, וואָס שטימען פֿאַר לייבאָריסטן און ליבעראַל־דעמאָקראַטן, האָבן דעם גרעסטן חלק מענטשן — כּמעט דרײַ פֿערטל — וואָס האָבן גאָרנישט קעגן אַ ייִדישן פּרעמיער־מיניסטער. בײַ די קאָנסערוואַטאָרן איז דער דאָזיקער חלק קלענער — 65 פּראָצענט. נאָך קלענער איז ער צווישן די אָנהענגער פֿון דער אַנטי־אייראָפּעיִשער און אַנטי־אימיגראַנטישער „אומאָפּהענגיקער פּאַרטיי‟. צווישן זיי האָבן ווייניקער פֿון אַ העלפֿט געענטפֿערט, אַז זיי זײַנען ניט קעגן אַזאַ אידעע — אַז אַ ייִד זאָל פֿיגורירן בראָש פֿון זייער לאַנד.
די דאָזיקע „אומאָפּהענגיקע פּאַרטיי‟, וואָס איז גאַנץ נײַ און האָט אין זיך אַרײַנגענומען די סאַמע קאָנסערוואַטיווע לײַט, ווי אויך צו מאָל געוועזענע אָנהענגער פֿון נעאָ־נאַציסטן, קען שפּילן אַ געפֿערלעכע ראָלע אין די דאָזיקע וואַלן. בכלל, איז היפּש צעטרייסלט געוואָרן די אַמאָליקע סיסטעם, ווען פֿאַקטיש נאָר צוויי פּאַרטייען, די טאָריס און די לייבאָריסטן, האָבן דאָמינירט אין דעם בריטישן פּאָליטישן לעבן. די קומענדיקע וואַלן קענען זייער מאָזאַיִש צעטיילן די 650 פּאַרלאַמענטאַרע ערטער, אַזוי מאָזאַיִש, אַז ס’איז שווער איצט פֿאָרויסצוזאָגן, ווער פֿון די פּאָליטיקער וועט באַקומען דעם רודער אין די הענט, און אפֿשר טאַקע — אַ ייִדישער פּרעמיער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.