(די 2 טע זײַט פֿון 2)
שפּירא איז אַן אָנערקענטע קענערין פֿון קולטור, פּאָליטיק און געשיכטע פֿון מאָדערנעם ישׂראל. אָבער דאָ באַטרעט זי דעם באָדן פֿונעם גלות. זי פֿאָלגט נאָך איר העלד אין זײַן נע־ונד דורך אײראָפּע קײן ארץ־ישׂראל, פֿון דער ישיבֿה אין פּאָטשעפּ קײן ביאַליסטאָק און װײַטער — צו דעם מיליטער־דינסט אין רוסלאַנד. ברענער איז אַנטלאָפֿן פֿון דער רוסישער אַרמײ און געלעבט אין לאָנדאָן און לעמבערג, און סוף־כּל־סוף, איז ער געקומען קײן ארץ־ישׂראל. ער איז געװען אַן אײנזאַמער יונגערמאַן, האָט צומאָל געליטן פֿון מרה־שחורה און זיך גענײטיקט אין מיטלײַד און װאַרעמקײט. זײַן פּערזענלעכקײט האָט צוגעצױגן מענטשן, אָבער ער האָט געשטרעבט צו התבודדות, כּדי זיך אָפּצוגעבן מיט זײַן ליטעראַרישער אַרבעט. הקיצור, ער איז אַלײן געװען דער פּראָטאָטיפּ פֿאַר זײַנע העלדן.
ברענערס חסידים זײַנען געװען ייִנגער פֿון אים. ער איז זײ געװען נענטער װי די גדולים פֿון דער העברעיִשער ליטעראַטור, אַזעלכע װי ביאַליק און בערדיטשעװסקי. ברענער איז געװאָרן אַ מין „צדיק נסתּר‟ פֿאַר דער ציוניסטישער יוגנט פֿון דער צװײטער עליה אין ארץ־ישׂראל, װוּ ער האָט זיך באַזעצט אין 1909. שפּירא גיט אַ פּרטימדיקן באַריכט פֿון ברענערס באַציִונגען מיט די העברעיִשע ליטעראַטן און ציוניסטישע כּלל־טוער. ברענער האָט אױך געהאַט פֿרײַנד אין דער ייִדישער סבֿיבֿה, צװישן זײ, קלמן מאַרמאָר און אַבֿרהם רײזען. און דאָ הינקט שפּיראס קענטעניש אַ ביסל אונטער. זי שרײַבט, למשל, אַז די טשערנאָװיצער קאָנפֿערענץ האָט דערקלערט ייִדיש פֿאַר „דער‟ נאַציאָנאַלע שפּראַך פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, כאָטש ס׳איז גוט באַװוּסט, אַז דער אַרטיקל איז געװען „אַ‟. אַ פּאָר אַנדערע פּרטים אַנטפּלעקן, אַז די מחברין האָט זיך ניט טיף אײַנגעגריבלט אין די קלײנע אותיות פֿון דער ייִדישער קולטור־געשיכטע: פֿון אַלכּסנדר כאַשין איז דאָ געװאָרן „כעשין‟.
ברענער פֿאַרנעמט אַ ספּעציעלן אָרט אינעם העברעיִשן ליטעראַרישן קאַנאָן. ער איז ניט סתּם אַ קלאַסיקער, װאָס רעפּרעזענטירט אַ געװיסע תּקופֿה אין דער ליטעראַטור־געשיכטע, נאָר אַ מין נבֿיא, װאָס רעדט דירעקט צו יעדן יונגן דור, פֿאַרסך־הכּלט שפּירא. אײן דור זעט אין אים אַ קעמפֿער און אַ גיבור, אַן אַנדערער — אַן עקזיסטענציאַליסט אַ יחיד, װאָס שטעלט זיך אַנטקעגן דעם דרוק פֿון דער געזעלשאַפֿט. אײניקע האַלטן אים פֿאַר אַ געטרײַען ציוניסט, און אַנדערע פֿאַר אַ קריטיקער פֿון ציוניזם; אײניקע — פֿאַר אַ רעליגיעזן זוכער, און די אַנדערע — פֿאַר אַ כּופֿר־בעיקר. ברענער בלײַבט אַ סימבאָלישע געשטאַלט, װאָס פֿאַרקערפּערט די סתּירותדיקײט און דאָס אַחדות פֿון מאָדערנעם ישׂראל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.