מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָב איך געשריבן וועגן די וויכּוחים, וואָס האָבן געברויזט בײַ די לערער און פֿאַרוואַלטער פֿון די שלום־עליכם שולן אין אַמעריקע אין די 1940ער יאָרן איבער דער פֿראַגע, וויפֿל רעליגיעזע טראַדיציעס זאָל מען אײַנפֿירן (//yiddish.forward.com/articles/184516/who-needs-a-yiddish-school-in-america/?).
ווי איינע, וואָס איז אַליין געווען אַ תּלמידה אין אַ שלום־עליכם שול (כאָטש נישט אין די 1940ער, נאָר אין די 1960ער יאָרן), וויל איך אין דעם איצטיקן אַרטיקל איבערגעבן דעם לייענער אַ מער פּערזענלעכע באַשרײַבונג, ווי אַזוי מיר, די תּלמידים, האָבן זיך דעמאָלט אויסגעלעבט אין אַ ייִדישער שול אין ניו־יאָרק. צום טייל, וועל איך דערציילן מײַנע אייגענע זכרונות, צום טייל — די זכרונות פֿון אַנדערע, וועלכע האָבן זיך געלערנט מיט מיר אינעם זעלבן קלאַס.
יעדן טאָג, נאָך דער „ענגלישער שול‟ — אַזוי פֿלעגן מיר רופֿן די מלוכישע שול — האָבן מיר גענומען אונדזערע ייִדישע לערנביכער און העפֿטן, און אַוועק אין דער שול 21, אויף ביינברידזש עוועניו, אין בראָנקס. אונדזער לערערין אין די קלענערע קלאַסן איז געווען בלומע לעדערהענדלער (מיר האָבן זי גערופֿן בלומע), אַ יונגע מאַמע פֿון דרײַ קינדער, וועלכע האָט אַ יאָר־צוויי נאָך אונדזער גראַדויִרונג עולה געווען מיט איר משפּחה קיין ישׂראל; אין די עלטערע קלאַסן האָט מיט אונדז געלערנט משה גאָלדשטיין, אַ געלערנטער ייִד אין די זעכציקער, וועמען מיר האָבן גערופֿן „חבֿר גאָלדשטיין.‟ די ייִנגלעך האָבן אים אויך גערופֿן פּשוט „כאַוו‟ (אַ פֿאַרקירצונג פֿונעם וואָרט „חבֿר‟), אָבער מיר מיידלעך — נישט. כאָטש גאָלדשטיינען האָט, אַ פּנים, נישט געאַרט דער צונאָמען, האָט עס מיר געקלונגען אומדרך־ארצדיק.
אַ טייל פֿון אונדז, קינדער, האָבן געקענט ייִדיש פֿון דער היים, און די אַנדערע — בלויז פֿון דער שול. מײַן שוועסטערקינד, איציק גאָטעסמאַן, וועלכער איז הײַנט אַ לערער פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר אינעם „טעקסאַסער אוניווערסיטעט‟, האָט זיך געחבֿרט מיט עטלעכע ייִנגלעך, וואָס האָבן שוואַך געקענט ייִדיש, און פֿלעגט אָפֿט העלפֿן איינעם פֿון זיי מיט דער היימאַרבעט. „זיי האָבן ווייניק חשק געהאַט צו קומען אין שול,‟ האָט איציק געזאָגט.
איך אַליין האָב זיך אָבער געפֿילט זייער גוט דאָרט, און כ׳האָב ספּעציעל הנאה געהאַט, ווען ס׳איז געקומען מײַן ריי צו לייענען אויף אַ קול אַ טייל פֿון אַ דערציילונג: קאַפּיטלען פֿון שלום־עליכמס „מאָטל פּייסי דעם חזנס‟; די כּמו־חסידישע מעשׂהלעך פֿון י. ל. פּרץ, אָדער די זכרונות פֿון פּאַרטיזאַנער. עטלעכע מאָל אַ וואָך האָבן מיר אויך געלייענט שלמה סײַמאָנס „חומש פֿאַר קינדער‟, נאָר דאָס האָט מיך ווייניקער פֿאַראינטערעסירט, ווײַל דאָס לשון איז געווען אַלט־פֿרענקיש און האָט מיר געקלונגען פֿרעמד אין די אויערן. (סײַמאָן האָט, אַוודאי, דאָס בכּיוון געטאָן, כּדי צו גיבן די מעשׂיות אַ פֿאַרצײַטיקן טעם.)
אַ צווייטער מיט־תּלמיד מײַנער — דער ייִדישער אַקטיאָר, אַבֿרהם (אַבֿי) האָפֿמאַן — האָט אויך שטאַרק ליב געהאַט צו קומען אין שול. „כ׳האָב דאָרט געפֿילט גרויס שׂימחה און חבֿרשאַפֿט, און נישט נאָר מיט די קינדער,‟ האָט ער באַמערקט. אין PS 95 [די מלוכישע שול, וווּ ער האָט זיך געלערנט אַ גאַנצן טאָג], האָט ער גענומען דאָס לערנען ערנסט, „אָבער דאָ אין 21 — האָב איך זיך געקענט אויסשפּאַנען,‟ האָט ער דערקלערט. „אַחוץ דעם, איז אין ׳פּאָבליק סקול׳ געווען אַ גאָר אַנדערע סבֿיבֿה, די קינדער זענען געווען פֿאַרשידענע — ווײַסע, שוואַרצע, ברוינע, געלע — אָבער אין 21 האָט זיך עס געפֿילט ווי אַ גרויסע משפּחה. ס׳איז געווען מײַן צווייטע היים.‟
די ייִדישע שול איז אים אויך געפֿעלן צוליב אַן אַנדער סיבה: די חנעוודיקע תּלמידה, יוכבֿד ליבמאַן, איז געווען זײַן „חבֿרטע‟. כ׳געדענק נאָך, ווי מיר קינדער האָבן גערייצט זיי ביידן נאָך דעם, ווי אַבֿרהמל האָט איר געגעבן אַ גיכן קוש אין בעקל.
בײַ אַנדערע תּלמידים איז אָבער די איבערלעבונג אין שול 21 נישט תּמיד געווען אַזוי אײַנגענעם. מײַן ייִנגערע שוועסטער, גיטל ווישוואַנאַט, וועלכע אַרבעט הײַנט אויפֿן ענגליש־ייִדישן ווערטערבוך פֿון אונדזער טאַטן, ד״ר מרדכי שעכטער ע״ה, דערציילט, אַז זי איז „אַלע מאָל געווען די ייִנגסטע אין קלאַס — נישט נאָר אין עלטער, נאָר אין פֿאַרשטאַנד.‟ ס׳איז נישט געווען צוליב שפּראַך, ווײַל ייִדיש האָט זי, אַוודאי, גוט געקענט; גיכער איז עס געווען צוליב דעם, וואָס זי איז געווען 1/2־1 יאָר ייִנגער פֿון די אַנדערע תּלמידים. הײַנט חידוש איך זיך טאַקע, פֿאַר וואָס טאַטע־מאַמע האָבן זי נישט פֿאַרשריבן אין אַ קלאַס מיט קינדער פֿון איר עלטער.
גיטל געדענקט נאָך אַן אינצידענט, וואָס איז געווען, זאָגט זי, אַ סימן פֿון „מײַן נישט-אָריענטירן זיך מיטן מאַטעריאַל‟. חבֿר גאָלדשטיין האָט אונדז דערציילט אַ מעשׂה וועגן אַ ייִד, וואָס איז געווען אַזוי טרויעריק, אַז ער איז אַוועק צום רבין אויף אַ רפֿואה. דער רבי האָט אים געעצהט גיין צום האָלצהעקער. גיטל ווייסט עד־היום נישט ווי ס׳איז איר אײַנגעפֿאַלן, אָבער איר האָט זיך אויסגעדאַכט, אַז דער רבי שיקט דעם טרויעריקן ייִד צום האָלצהעקער, כּדי יענער זאָל אים אָפּהאַקן דעם קאָפּ! דערהערנדיק אַזאַ זאַך, האָט גיטל אַרויסגעלאָזט אַ געשריי פֿון מיגל. „דער לערער האָט אויפֿגעהערט רעדן און אַלע האָבן מיך אָנגעקוקט, צעטומלט. ערשט דעמאָלט האָב איך אײַנגעזען, אַז כ׳האָב די מעשׂה אין גאַנצן נישט פֿאַרשטאַנען, און כ׳האָב זיך שטאַרק פֿאַרשעמט,‟ האָט גיטל געזאָגט.
אין שול 21 האָבן מיר זיך געלערנט נישט בלויז ייִדיש, אָבער אויך די לימודים, וואָס מע לערנט אין אַ תּלמוד־תּורה: העברעיִש, געוויסע תּפֿילות ווי „יגדל‟ און „אדון עולם‟, די ייִנגלעך האָט מען געלערנט אויף בר־מיצווה, און מע האָט בײַ אונדז קולטיווירט אַ ליבשאַפֿט צו מדינת־ישׂראל. לכּבֿוד חמישה־עשׂר בשבֿט, למשל, האָבן די לערער אונדז געשיקט פֿון טיר צו טיר זאַמלען געלט פֿאַרן „קרן קיימת‟. גיטל, איציק און איך האָבן הנאה געהאַט צו גיין אין פֿרעמדע דירות־הײַזער, קלאַפּן אין יענע טירן, וווּ דער נאָמען אויף דער טיר האָט אויסגעזען ווי אַ ייִדישער, און בעטן נדבֿות פֿאַר מדינת־ישׂראל. ס׳רובֿ מענטשן, וועלכע האָבן געעפֿנט די טיר, זענען געווען עלטערע ייִדן, ווײַל די אַנדערע אײַנוווינער זענען, אַ פּנים, געווען אויף דער אַרבעט. די עלטערע לײַט האָבן זיך געפֿרייט מיט זייערע יונגע „געסט‟, און אונדז גערן געגעבן אַ פּאָר דאָלער. די הנאה פֿון גיין צו פֿרעמדע לײַט בעטן אַ „מתּנהלע‟ איז געווען אונדזער נוסח פֿון „האַלאָווין‟ — די אַמעריקאַנער חגא, ווען די קינדער, פֿאַרשטעלט אין מאַסקאַראַד־קאָסטיומען, גייען פֿון טיר צו טיר מאָנען זיסוואַרג.
אָט דעם וואַרעמען צוגאַנג צו אַלץ וואָס האָט אַ שײַכות מיטן ייִדישן פֿאָלק, האָט מען געקענט זען אויך אויף אַנדערע אופֿנים, האָט באַמערקט מײַן אַמאָליקער מיט־תּלמיד, דוד פֿישמאַן — הײַנט אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער געשיכטע אין „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟. דוד ברענגט אַ משל פֿונעם יאָר 1966, ווען ער איז געווען אַ 9־יאָריק ייִנגל. „כ׳בין געשטאַנען פֿאַרן מעלדברעט פֿון דער שול, און איבערגעלייענט דאָס קעפּל פֿון אַן אויסגעשניטענעם צײַטונג־אַרטיקל: ׳העברעיִשער שרײַבער שמואל עגנון געווינט די נאָבעל־פּרעמיע׳. ס׳האָט געמאַכט אויף מיר אַ רושם, וואָס די שול גיט איבער אַזאַ נײַעס, כאָטש עגנון האָט געשריבן אויף העברעיִש, נישט אויף ייִדיש. דאָס ווײַזט, ווי אַזוי די שול האָט זיך באַמיט אונדז צו פֿאַרבינדן נישט בלויז מיט דער ייִדישער שפּראַך, נאָר מיט דער ייִדישער געזעלשאַפֿט בכלל.‟
במשך פֿונעם יאָר זענען פֿאָרגעקומען פֿאַרשידענע אונטערנעמונגען מחוץ די קלאַסן. פּורים האָט מען דורכגעפֿירט אַ גרויסן קאַרנאַוואַל; פּסח האָבן מיר אינעם זאַל דורכגעפֿירט אַ שיינעם סדר, ניצנדיק די הגדה, אַרויסגעגעבן פֿונעם „שלום־עליכם פֿאָלק אינסטיטוט‟, מיט אויסצוגן און לידער אויף ייִדיש און לשון־קודש; און יעדן ווינטער האָט די שול דורכגעפֿירט אַ גרויסן באַזאַר, וווּ מענטשן זענען געקומען זוכן מציאות צווישן די גרויסע בערג סחורה אויף די טישן. איציק געדענקט ווי אונדזער באַבע ליפֿשע, אַ סוחרטע, און אַנדערע פֿרויען פֿלעגן זיך צוגרייטן צום באַזאַר — גיין איבער די קראָמען אויף ביינברידזש־ און דזשעראָם־עוועניו, זאַמלען זאַכן צום פֿאַרקויף. „ס׳איז אַלע מאָל געווען אַ טיפֿער שניי, אָבער ס׳איז געווען לעבעדיק,‟ האָט איציק געזאָגט.
צוויי מאָל אַ יאָר האָבן די לערער אַהיימגעשיקט די באַריכט־קאַרטלעך. מע האָט אונדז אויסגעטיילט צייכנס פֿאַר פֿאַרשידענע זאַכן, ווי לייענען ייִדיש, האַנטשריפֿט, פֿאַרשטיין העברעיִש, געשיכטע, היימאַרבעט, אויפֿפֿיר און באַציִונג צום קלאַס. „די באַריכט־קאַרטלעך פֿלעגן מיר אַליין אָפּדרוקן,‟ האָט די לערערין, בלומע, געזאָגט. און געוויסע קינדער האָבן טאַקע נישט באַקומען קיין גוטע צייכנס פֿאַר זייער אויפֿפֿיר. „ס׳איז שווער געווען — האָט בלומע דערקלערט — ספּעציעל, אַז די קינדער האָבן ערשט אָנגעהויבן זיך לערנען אין דער שול נאָך אַ גאַנצן טאָג אין דער מלוכישער שול.‟ דערפֿאַר פֿלעגט זי טאַקע אויסניצן פֿאַרשידענע שפּילן אין קלאַס: „הייס־קאַלט‟; דאָס ווערטער־שפּיל „הענגמאַן‟, און מײַן באַליבטסטע — „אַ פֿייגעלע פֿליט‟. וואָס פֿאַר אַ שפּיל איז דאָס? דער לערער רעכנט אויס אַ ריי זאַכן, וואָס פֿליִען, און אויך זאַכן וואָס פֿליִען נישט, אָבער מיר קינדער האָבן בלויז געמעגט אויפֿהייבן די האַנט, פֿאַר יענע זאַכן, וואָס פֿליִען יאָ. דערבײַ האָבן מיר זיך גוט אָנגעלאַכט פֿון די אַבסורדישע מעגלעכקייטן, וואָס די שפּיל האָט אַרויסגעבראַכט: „אַ טיש פֿליט?‟ „אַ באָבע פֿליט?‟ אאַז״וו.
פֿרײַטיק נאָך מיטאָג, אַנשטאָט די לעקציעס, זענען מיר געזעסן מיט די ווײַסע העמדער און בלוזקעס אין זאַל, בײַ געדעקטע טישן. מע האָט געצונדן די שבת־ליכט, געזונגען שבתדיקע און סתּם לידער, באַגלייט פֿון דער פּיאַנע, און געהערט אַ פֿאָלקס־מעשׂה פֿון בלומען אָדער חבֿר גאָלדשטיין. איין קינד האָט רעציטירט דאָס ליד „ווי שיין ביסטו, מאַמעשי, פֿרײַטיק צו נאַכטס‟, און אַ צווייט קינד: „געדענק דעם טאָג שבת אים צו האַלטן הייליק‟. אַמאָל האָט אַ קינד אויך געלייענט אַ טייל פֿון דער סדרה פֿון דער וואָך אויף ייִדיש. צום סוף, האָט מען געגעסן רעפֿטלעך חלה און געטרונקען טרויבן־זאַפֿט.
טיילן פֿון דער „עונג־שבת‟־צערעמאָניע האָבן בײַ געוויסע קינדער אַרויסגערופֿן אומבאַקוועמלעכקייט. „כ׳בין געווען זייער נערוועז, ווען מע האָט מיך געבעטן פֿאָרלייענען,‟ האָט איציק געזאָגט. און אַבֿרהם האָט צוגעגעבן: „אין דער היים האָבן מיר נישט געצונדן קיין שבת־ליכט, האָט עס מיר אויסגעזען מאָדנע. ס׳איז געווען אַ מין צעשפּאַלטונג צווישן דער וועלטלעכער שול און דעם סעמי־רעליגיעזן ריטואַל.‟
בײַ גיטלען איז דער „עונג־שבת‟ אָבער געווען זייער אײַנגענעם. „אין דער היים האָבן מיר שבת נישט געזונגען קיין לידער, איז ווען מיר האָבן דאָ געזונגען דעם שיינעם ניגון, וואָס ענדיקט זיך מיט די ווערטער ׳שבת ומנוחה׳, האָט עס מיך געשטעלט אין אַ שבתדיקער שטימונג,‟ האָט זי געזאָגט.
איין פֿרילינג־טאָג, דערציילט גיטל, נאָך דעם ווי ס׳האָט זיך געענדיקט דער „עונג שבת‟, איז זי אַרויס אין דרויסן און דערפֿילט די וואַרעמקייט פֿון דער זון, און דאָס מחיהדיקע ווינטל. „כ׳האָב דערזען ווי עס באַווײַזן זיך די קנאָספּן אויף די צווײַגן, און גלײַכצײַטיק איז דאָס געשמאַקע שטיקל חלה זיך ממש צעגאַנגען אין מויל,‟ האָט זי זיך דערמאָנט. „מיט אַ מאָל האָט אַלץ אויף דער וועלט אויסגעזען שיין און היימיש.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.