(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אַ פּאָר יאָר שפּעטער, נאָך דעם וואָס מײַנע ביידע זיידעס זענען געשטאָרבן, האָבן מײַנע עלטערן זיך באַזעצט אין אַ פֿאָרשטאָט, און איך האָב מער ניט געקענט גיין צו פֿוס צו באַזוכן די הײַזער פֿון מײַנע באָבעס. די באָבע ג האָט פֿאַרקויפֿט איר הויז, און איז אַריבערגעפֿאָרן אין אַן אַנדער הויז, אויף „אָשען פּאַרקוויי‟, ברוקלין, נאָך דעם, וואָס זי האָט חתונה געהאַט מיט אַ סימפּאַטישן יעקע מיט אַ טיפֿן דײַטשישן אַקצענט.
די באָבע ר האָט אויך ווידער חתונה געהאַט מיט אַ מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִד, וואָס האָט גערעדט און געשריבן אַ פּרעכטיקן ייִדיש. זי איז אָבער געבליבן אין איר היים, ווײַל ער האָט זיך אַרײַנגעצויגן צו מײַן באָבען, אויף וועסט 38סטע גאַס. נאָך דעם, וואָס ביידע באָבעס האָבן ווידער חתונה געהאַט, האָב איך זיי שוין באַזוכט באַזונדער אין ווילמינגטאָן און אין ניו־יאָרק, אָבער ניט אַזוי אָפֿט ווי זיי האָבן עס געוואָלט.
זיי זענען געווען צופֿרידן זיך צו באַקענען מיט מײַן חתן טשאַרלי; די באָבע ר, צוליב דעם, וואָס ער איז געווען אַ שומר שבת, און באָבע ג, ווײַל ער האָט געהאַט אַ דאָקטאָראַט. אויף דער חתונה האָבן זיי גערעדט לײַטיש איינע מיט דער אַנדערער, צוזאַמען מיט זייערע צווייטע מענער. זעט אויס, אַז דער שלום־בית האָט געהערשט ביזן סאַמע סוף.
איך האָב געטרויערט אויף באָבע ר׳ס, טויט, און מיט צען יאָר שפּעטער, אויפֿן טויט פֿון דער באָבע ג. איך האָב, סוף־כּל־סוף, פֿאַרשטאַנען ווי שווער עס איז זיי געווען צו האַלטן אַן אויג אויף זייערע קינדער און אייניקלעך, וווינענדיק אין די „שטעטלישע‟ גאַסן פֿון ווילמינגטאָן, צווישן וועסט 37סטער און וועסט 40סטער גאַס.
איך פֿאַרשטיי, אָבער, נאָך אַלץ ניט, פֿאַר וואָס האָבן זיי באַשלאָסן צו וווינען אַ טיר בײַ אַ טיר? מײַנע עלטערן האָבן עס אויך ניט געוווּסט, כאָטש איך האָב אויסגעפֿונען, אַז די באָבע ג האָט זיך דאָרטן באַזעצט די ערטשע.
איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳איז שוין גענוג צו קלערן וועגן דער קאָמפּליצירטער באַציִונג צווישן מײַנע באָבעס. טשאַרלז דיקענס האָט דאָך געשריבן אין זײַן ראָמאַן „אַ מעשׂה פֿון צוויי שטעט‟: „יעדע מענטשלעכע בריאה איז באַשאַפֿן געוואָרן מיט אַ טיפֿן סוד און מיסטעריע צו אַן אַנדערן‟. אָדער אפֿשר, ווי די באָבע ר האָט אַמאָל געזאָגט: „אַ לעמפּערט בײַט ניט זײַנע פֿלעקן נאָר צוליב דעם, וואָס ער פֿאָרט קיין ארץ־ישׂראל‟.
סוף־כּל־סוף, בין איך גליקלעך געווען צו האָבן צוויי באָבעס, ווי אַן אַנקער אין מײַן קינדהייט; און שפּעטער, נאָך דעם וואָס איך בין אַליין געוואָרן אַ מאַמע, צו האָבן דאָס פֿאַרגעניגן צו הערן דער באָבע ר׳ס הייזעריק קול, ווען זי האָט געזונגען „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען‟, אײַנוויגנדיק מײַן טאָכטער. אָדער דער אוניקאַלער אופֿן, ווי די באָבע ג, האָט פֿאָרגעלייענט אַ. אַ. מילנס לידער וועגן קריסטאָפֿער ראָבין צו מײַנע זין.
און איצט, ווען איך בין שוין אַליין די באָבע פֿון אַ קליין מיידעלע, ווי אויך איינע פֿון די צוויי באָבעס, פֿאַרשטיי איך, אַז די באַציִונג צווישן מײַנע באָבעס איז בכלל ניט געווען מײַן עסק; אַבי איך האָב באַקומען פֿון זיי ניט קיין אָפּשאַצונגען, נאָר האַרציקע אויסדרוקן פֿון פֿרייד נאָר צוליב דעם, וואָס איך בין געווען זייער אייניקל, זייער „מלכּהלע‟, ווי באָבע ר, פֿלעגט מיך רופֿן, אָדער „מאַרל‟, ווי איך האָב אַמאָל געהייסן בײַ דער באָבע ג.
און איך בין זיכער, אַז זיי האָבן געוואָלט פֿאַר מיר פּונקט דאָס, וואָס איך וויל פֿאַר מײַן אייניקל אַלי, אַז אַלץ זאָל זײַן גוט בײַ איר אין איר וועלטל, און אויף דער וועלט בכלל. איך פּרוביר איר צו געבן דאָס, וואָס מײַנע באָבעס האָבן מיר געגעבן: וואַרעמקייט און היימישקייט, ווי אויך וויגלידער אויף ייִדיש און העברעיִש…
„באָבע‟, אַזוי רופֿט מיך אַלי, און ווען זי רופֿט מיך אַזוי, פֿיל איך, ווי מײַנע אייגענע צוויי באָבעס קוקן אַראָפּ אויף מיר פֿון גן־עדן און שמייכלען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.