אַן ערך צוויי חדשים צוריק האָט מען אָפּגעפֿײַערט דעם 50־יאָריקן יוביליי פֿון „יונגטרוף‟ — די אָרגאַניזאַציע, וואָס איר איז שווער איבערצושאַצן. מע מוז אָבער געדענקען, אַז אין די 1940ער יאָרן איז אויך געווען אַ „יוגנטרוף‟־זשורנאַל. די דאָזיקע צײַטשריפֿט איז געשאַפֿן געוואָרן דורך דעם יונגן ענטוזיאַסט פֿון ייִדיש שיקל פֿישמאַן, שפּעטער אַ וועלט־באַרימטער מומחה אין סאָציאָ־לינגוויסטיק (און אַ לאַנג־יאָריקער מחבר פֿון „פֿאָרווערטס‟). פּראָפֿעסאָר פֿישמאַן האָט דערציילט די געשיכטע פֿון דעם ערשטן „יונגטרוף‟ אין זײַנע זכרונות, געדרוקט אין דעם באַנד First Person Singular II (1991), וווּ ער דערמאָנט בפֿרט, אַז פֿון די מיט־1940ער יאָרן האָט זיך אין דעם „יוגנטרוף‟־פּראָיעקט באַוויזן אַ נײַע צענטראַלע פֿיגור, דהײַנו: אוריאל ווײַנרײַך.
אוריאל ווײַנרײַך איז דעמאָלט געווען נאָך זייער אַ יונגער. ער איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1926, און אין 1940 איז ער צוזאַמען מיט זײַן פֿאָטער, מאַקס ווײַנרײַך, אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק ווי אַ פּליט פֿון אייראָפּע, וווּ עס האָט זיך שוין צעברענט דער פֿײַער פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה). די טראַגישע געשעענישן אין אייראָפּע האָבן צו יענער צײַט געבראַכט קיין אַמעריקע אַ היפּש ביסל טוער פֿון ייִדישער קולטור, ליטעראַטור, וויסנשאַפֿט און זשורנאַליסטיק. צווישן זיי איז געווען יעקבֿ לעשצינסקי, וואָס האָט אַקטיוו געאַרבעט סײַ אין וויסנשאַפֿט און סײַ אין זשורנאַליסטיק. אין משך פֿון אַ יאָרצענדליק האָט ער אָנגעפֿירט מיטן „פֿאָרווערטס‟־ביוראָ אין בערלין. גלײַכצײַטיק, האָט ער באַקומען אַ שם ווי אַ געלערנטער אין הילכות ייִדישע סאָציאַלע וויסנשאַפֿט.
איך האָב גאַנץ פּרטימדיק געשריבן וועגן לעשצינסקין אין מײַן אַרטיקל, וואָס איז אַרויס אין 2007 אין דעם זשורנאַל Science in Context, ב׳ 20, נומ׳ 2. אָבער איצט שרײַב איך אַ נײַע אַרבעט וועגן אים (אין דער אמתן, פֿאַרדינט זײַן לעבנסוועג אַ גאַנץ בוך), און טאַקע דערפֿאַר האָב איך די טעג ווידער אַרײַנגעקוקט אין אייניקע טעקעס פֿון לעשצינסקיס אַרכיוון־קאָלעקציע אין ייִוואָ. אַגבֿ, לעשצינסקי איז געווען איינער פֿון די גרינדער פֿונעם אינסטיטוט און האָט אַ סך פֿאַר אים אויפֿגעטאָן.
בײַם בלעטערן די פּאַפּירן פֿון דער קאָלעקציע, האָב איך זיך פּלוצעם אָנגעשטויסן אין אַ בריוו, וואָס לעשצינסקי האָט באַקומען פֿון אוריאל ווײַנרײַך. געווען איז עס, ווען לעשצינסקי האָט אין יאָר 1947 באַזוכט ארץ־ישׂראל. ברענג איך דאָ אַן אויסצוג פֿון דעם דאָזיקן בריוו (טאָמער עמעצער וויל זען דעם גאַנצן בריוו, קען מען באַשטעלן די טעקע 23 אין לעשצינסקיס ייִוואָ־קאָלעקציע):
דעם 1טן יולי 1947
פֿ׳ יעקבֿ לעשצינסקי,
העברעיִשער אוניווערסיטעט,
ירושלים, א”י
זייער חשובֿער פֿרײַנד לעשצינסקי,
איך האָב הײַנט געהערט וועגן דעם, אַז דער לעצטער נומער „יוגנטרוף‟ איז אײַך געפֿעלן געוואָרן. אַ שיינעם דאַנק אײַך.
איך בין זייער צופֿרידן וואָס עס האָט אײַך אינטערעסירט דער סימפּאָזיום וועגן ציוניזם און דער אַמעריקאַנער יוגנט. עס איז טשיקאַווע, אַז פֿאַר דעם דאָזיקן סימפּאָזיום האָט מען אונדז שוין אויסגעזידלט ווי שׂונאי־ציון, און פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט איינער זיך אָפּגעזאָגט ווײַטער צו אַבאָנירן דעם זשורנאַל, ווײַל ער איז געוואָרן אַ „דורכויס ציוניסטישע צײַטשריפֿט‟… אָבער דאָס איז נאָר אַ סימן, אַז עס זײַנען טאַקע אויסגעדריקט געוואָרן, אויף אַן ערלעכן שטייגער, פֿאַרשיידענע מיינונגען.
אַזוי ווי איך ווייס, אַז איר זײַט ביז איצט געווען אַ נאָענטער פֿרײַנד פֿון אונדזער אַרבעט, וואָלט איך געוואָלט אײַך בעטן אונדז אַרויסהעלפֿן אין עפּעס, וואָס וואָלט ניט געפֿאָדערט בײַ אײַך קיין איבעריקע טירחה. דהײַנו: אויב איר זאָלט טרעפֿן אין ארץ־ישׂראל אַזעלכע ווי מיר, טוט אונדז אַ טובֿה און באַווײַזט זיי דעם „יוגנטרוף‟. מיר וואָלטן זייער און זייער געוואָלט, עמעצער זאָל אונדז שרײַבן פֿון ארץ־ישׂראל — אַדרבא, זאָלן זיי אונדז אַ ביסל פּראָפּאַגאַנדירן און אָנרעגן. אויב איר זאָלט געפֿינען דאָרט נײַ־געקומענע, וואָס וואָלטן געוואָלט אונדז שרײַבן ווי אַזוי זיי אָרדענען זיך אײַן — איז אונדז ליב; אויב אַנדערע זאָלן אונדז וועלן דערציילן וועגן אַנדערע זאַכן — איז אונדז אַוודאי אויך ניחא. מען קען אונדז, פֿאַרשטייט זיך, שרײַבן אויך אויף העברעיִש. צו קענען ברענגען דער שטודירנדיקער יוגנט אָריגינעלע קאָרעספּאָנדענצן פֿון יוגנטלעכע אין ארץ־ישׂראל — דאָס וואָלט געווען פֿאַר אונדז אַ גוואַלדיקע דערגרייכונג.
וועגן וואָס דערציילט אונדז דער דאָזיקער טעקסט? איך מיין, אַז ער אַנטפּלעקט, קודם־כּל, די שטרעבונג פֿון ייִדישיסטן צו געפֿינען פֿאַר זיך אַן אָרט אין דער ייִדישער וועלט, וואָס האָט דעמאָלט געזוכט נײַע פֿאָרמען פֿאַר אַ ווײַטערדיקן אויסדויער נאָכן שוידער פֿון חורבן. זיי, די ייִדישיסטן, האָט זיך געוואָלט גלייבן, אַז העברעיִש און, בכלל, דער אויפֿקום פֿון ישׁראל וועט ניט שטערן דער עקזיסטענץ פֿון ייִדיש. אַן אָפּקלאַנג פֿון דער האָפֿענונג הערט זיך אין דעם דיאַלאָג (פֿון דער זיבעטער לעקציע), וואָס אוריאל ווײַנרײַך האָט אַרײַנגעשטעלט אין זײַן לערנבוך College Yiddish, וואָס די ערשטע אויפֿלאַגע איז אַרויס אין יאָר 1949:
יוסף: וואָס טוט דײַן שוועסטערקינד אין ישׂראל?
משה: מײַן שוועסטערקינד גייט אין שול. ער קען גוט העברעיִש און ייִדיש.
אַזוי האָט דער מצבֿ אויסגעזען אין די סוף 1940ער יאָרן. איך מיין, פֿאַרשטייט זיך, ניט אַזוי דעם מצבֿ אין ישׁראל גופֿא, ווי דעם מצבֿ פֿון האָפֿענונגען, פֿאַרבונדן מיט ישׂראל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.