טשיקאַווער בריוו פֿון אוריאל ווײַנרײַך אין 1947

An Intriguing Letter From Uriel Weinreich From 1947

פֿון רעכטס: יעקבֿ לעשצינסקי און אוריאל ווײַנרײַך
פֿון רעכטס: יעקבֿ לעשצינסקי און אוריאל ווײַנרײַך

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published February 03, 2015, issue of February 23, 2015.

אַן ערך צוויי חדשים צוריק האָט מען אָפּגעפֿײַערט דעם 50־יאָריקן יוביליי פֿון „יונגטרוף‟ — די אָרגאַניזאַציע, וואָס איר איז שווער איבערצושאַצן. מע מוז אָבער געדענקען, אַז אין די 1940ער יאָרן איז אויך געווען אַ „יוגנטרוף‟־זשורנאַל. די דאָזיקע צײַטשריפֿט איז געשאַפֿן געוואָרן דורך דעם יונגן ענטוזיאַסט פֿון ייִדיש שיקל פֿישמאַן, שפּעטער אַ וועלט־באַרימטער מומחה אין סאָציאָ־לינגוויסטיק (און אַ לאַנג־יאָריקער מחבר פֿון „פֿאָרווערטס‟). פּראָפֿעסאָר פֿישמאַן האָט דערציילט די געשיכטע פֿון דעם ערשטן „יונגטרוף‟ אין זײַנע זכרונות, געדרוקט אין דעם באַנד First Person Singular II (1991), וווּ ער דערמאָנט בפֿרט, אַז פֿון די מיט־1940ער יאָרן האָט זיך אין דעם „יוגנטרוף‟־פּראָיעקט באַוויזן אַ נײַע צענטראַלע פֿיגור, דהײַנו: אוריאל ווײַנרײַך.

אוריאל ווײַנרײַך איז דעמאָלט געווען נאָך זייער אַ יונגער. ער איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1926, און אין 1940 איז ער צוזאַמען מיט זײַן פֿאָטער, מאַקס ווײַנרײַך, אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק ווי אַ פּליט פֿון אייראָפּע, וווּ עס האָט זיך שוין צעברענט דער פֿײַער פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה). די טראַגישע געשעענישן אין אייראָפּע האָבן צו יענער צײַט געבראַכט קיין אַמעריקע אַ היפּש ביסל טוער פֿון ייִדישער קולטור, ליטעראַטור, וויסנשאַפֿט און זשורנאַליסטיק. צווישן זיי איז געווען יעקבֿ לעשצינסקי, וואָס האָט אַקטיוו געאַרבעט סײַ אין וויסנשאַפֿט און סײַ אין זשורנאַליסטיק. אין משך פֿון אַ יאָרצענדליק האָט ער אָנגעפֿירט מיטן „פֿאָרווערטס‟־ביוראָ אין בערלין. גלײַכצײַטיק, האָט ער באַקומען אַ שם ווי אַ געלערנטער אין הילכות ייִדישע סאָציאַלע וויסנשאַפֿט.

איך האָב גאַנץ פּרטימדיק געשריבן וועגן לעשצינסקין אין מײַן אַרטיקל, וואָס איז אַרויס אין 2007 אין דעם זשורנאַל Science in Context, ב׳ 20, נומ׳ 2. אָבער איצט שרײַב איך אַ נײַע אַרבעט וועגן אים (אין דער אמתן, פֿאַרדינט זײַן לעבנסוועג אַ גאַנץ בוך), און טאַקע דערפֿאַר האָב איך די טעג ווידער אַרײַנגעקוקט אין אייניקע טעקעס פֿון לעשצינסקיס אַרכיוון־קאָלעקציע אין ייִוואָ. אַגבֿ, לעשצינסקי איז געווען איינער פֿון די גרינדער פֿונעם אינסטיטוט און האָט אַ סך פֿאַר אים אויפֿגעטאָן.

בײַם בלעטערן די פּאַפּירן פֿון דער קאָלעקציע, האָב איך זיך פּלוצעם אָנגעשטויסן אין אַ בריוו, וואָס לעשצינסקי האָט באַקומען פֿון אוריאל ווײַנרײַך. געווען איז עס, ווען לעשצינסקי האָט אין יאָר 1947 באַזוכט ארץ־ישׂראל. ברענג איך דאָ אַן אויסצוג פֿון דעם דאָזיקן בריוו (טאָמער עמעצער וויל זען דעם גאַנצן בריוו, קען מען באַשטעלן די טעקע 23 אין לעשצינסקיס ייִוואָ־קאָלעקציע):

יוגנטרוף

דעם 1טן יולי 1947
פֿ׳ יעקבֿ לעשצינסקי,
העברעיִשער אוניווערסיטעט,
ירושלים, א”י

זייער חשובֿער פֿרײַנד לעשצינסקי,

איך האָב הײַנט געהערט וועגן דעם, אַז דער לעצטער נומער „יוגנטרוף‟ איז אײַך געפֿעלן געוואָרן. אַ שיינעם דאַנק אײַך.