מיט פֿופֿצן יאָר צוריק איז אַרױסגעפֿאָרן די ערשטע גרופּע יונגע אַמעריקאַנער ייִדן אױף אַ צען־טאָגיקן װיזיט קיין ישׂראל, אין גאַנצן פֿרײַ פֿון אָפּצאָל. זינט דעמאָלט האָט די „געבורטרעכט“־פּראָגראַם געגעבן מער װי פֿיר הונדערט טױזנט ייִדן פֿון איבער דער װעלט די מעגלעכקײט צו באַזוכן ישׂראל, װי די אָרגאַניזאַציע שרײַבט אױף איר װעבזײַט.
די װירקונג פֿון דער פּראָגראַם לאָזט זיך דערקענען נישט נאָר אין דער ריזיקער צאָל אָנטײל־נעמערס (צװישן זײ דער שרײַבער פֿון די שורות), אָדער אין זײערע װאַרעמע געפֿילן פֿאַר דער ייִדישער מדינה; לױט אַ פֿאָרשונג, װאָס מע האָט דורכגעפֿירט אין בראַנדײַס־אוניװערסיטעט און פּובליקירט אין דער צײַטונג „האָרץ“ אין יוני 2013, איז שױן מעגלעך צו רעדן הײַנט װעגן די אומדירעקטע רעזולטאַטן פֿון די נסיעות: די סטאַטיסטיק װײַזט אָן, למשל, אַז די אָנטײל־נעמערס אין „געבורטרעכט“ האָבן װײניקער געמישטע חתונות װי ייִדן, װאָס האָבן אױסגעדריקט אַן אינטערעס אין „געבורטרעכט“, אָבער פֿאָרט נישט באַװיזן אָנטײל צו נעמען אין אַ טור.
די גרעסטע אָפּשאַצונג קענען אָבער זײַן די פֿאַרשידענע פּועל־יוצאס פֿונעם „געבורטרעכט“־מאָדעל, װאָס האָבן זיך באַװיזן דװקא אױף דער נישט־ייִדישער גאַס אין אַמעריקע. אין 2010 האָט די „נאַציאָנאַלע העלעניסטישע געזעלשאַפֿט“ געשאַפֿן אַן ענלעכע פּראָגראַם מיטן נאָמען Heritage Greece [קולטור־ירושה — גריכנלאַנד], װאָס שיקט יונגע גרעקאָ־אַמעריקאַנער (אין עלטער פֿון 18 ביז 26 יאָר, מיט די זעלבע פֿאָדערונגען פֿון דער ייִדישער װערסיע) אינעם לאַנד פֿון זײערע אָבֿות. כאָטש די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער נסיעה האָבן זיך פֿאַרלאָזט אױפֿן ייִדישן נוסח װי אַ מוסטער, און ניצן אַפֿילו דאָס װאָרט „געבורטרעכט“ אין זײערע רעקלאַמעס, זענען פֿאָרט פֿאַראַן עטלעכע װיכטיקע אונטערשײדן צװישן „געבורטרעכט־ישׂראל“ און „העריטעדזש־גריס“.
קודם־כּל, איז די פּראָגראַם אַ סך אַ קלענערע: בלױז 45 יוגנטלעכע האָבן זיך באַטײליקט אין דער נסיעה פֿאַר אַ יאָרן. זײער װיזיט איז מיט פֿיר טעג לענגער װי „געבורטרעכט“, דעריבער מאָנט מען טױזנט דאָלאַר פֿון יעדן אָנטײל־נעמער (די איבעריקע הוצאָות דעקן די פּאַטראָנען). די פּראָגראַם איז נוטה אָנצונעמען אַפּליקאַנטן פֿונעם דריטן אָדער פֿערטן דור אַמעריקאַנער, װאָס זענען גוט אַסימילירט אין דער היגער געזעלשאַפֿט און באַקענען זיך מיט גריכנלאַנד צום סאַמע ערשטן מאָל. ס’איז באַלערנדיק, װיפֿל סטודענטן שרײַבן אין זײערע ביאָגראַפֿיעס, אַז זײ האָבן טאַקע געװאָלט אַנטדעקן, נישט בלױז אַנטװיקלען, זײער עטנישע אידענטיטעט װי גריכן. בשעת זײ באַזוכן דאָס לאַנד מיט זײַנע אינדזלען און דערפֿער, לערנען זײ זיך פֿאָרמעל דאָס גריכישע לשון און הערן אויס אוניװערסיטעטישע לעקציעס איבער פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון דער גריכישער קולטור.
די גרעקאָ־אַמעריקאַנער זענען אָבער נישט דאָס אײנציקע גלות־פֿאָלק אין אַמעריקע אָנצונעמען דעם „געבורטרעכט“־מאָדעל. Reconnect Hungary [װידערטרעף — אונגערן] איז די אַזױ־גערופֿענע „אונגערישע געבורטרעכט־פּראָגראַם“, באַשטימט פֿאַר יונגע אַמעריקאַנער און קאַנאַדער (נאָך אַ מאָל: פֿון 18 ביז 26 יאָר אַלט), אָפּשטאַמיקע פֿון אונגערן. דער איניציאַטאָר פֿון דעם פּראָיעקט איז געװען דער געװעזענער רעפּובליקאַנער ניו־יאָרקער גובערנאַטאָר דזשאָרדזש פּאַטאַקי, װאָס זײַן טאַטע האָט געשטאַמט פֿון צפֿון־מיזרח־אונגערן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.