די באַרימטע פּאָרנאָגראַפֿישע אַקטריסע כאַליפֿאַ האָט לעצטנס אָנגערופֿן איר היימלאַנד, לבֿנון, נישט אַנדערש ווי „געפֿערלעך אַרכאַיִש און דערשלאָגן‟. אַזוי האָט זי זיך אויסגעדריקט נאָך דעם, וואָס זי האָט געזען די נישט-פֿאַרגינערישע אָפּרופֿן פֿון אירע לאַנדסלײַט אויף דער ידיעה, אַז זי האָט דערגרייכט דעם כּבֿוד פֿון זײַן די צום מערסטן באַזוכטע אַקטריסע אויפֿן וועבזײַטל „פּאָרן-האַב‟ סוף דעצעמבער.
כאַליפֿאַ איז געוואָרן פּאָפּולער צוליב אַ פֿילם, וואָס זי האָט פּראָדוצירט מיטן פּאָרנאָגראַפֿישן געשעפֿט „באַנג בראָס‟, וווּ אין די סעקסועלע עפּיזאָדן טראָגט זי דעם איסלאַמישן „כידזשאַב‟, און האַלט אַז ס‘איז „עקלדיק‟. די פּראָבלעם אָבער שטעקט נישט אין די מלבושים, נאָר אין דעם, וואָס זי איז נישט קיין מוסולמענישע, נאָר אַ קאַטוילישע.
איר משפּחה האָט פֿאַרלאָזט לבֿנון אין יאָר 2000, 10 יאָר נאָכן סוף פֿונעם בלוטיקן בירגער-קריג. נישט געקוקט דערויף, וואָס כאַליפֿאַ איז אָנגעקומען אין אַמעריקע ווי אַ קליין מיידל, איז זי שטאָלץ מיט איר לבֿנונישן ייִחוס אויף אַן אַקטיוון פּאָליטישן אופֿן. אויף איר אָרעם האָט זי אַ טאַטויִרונג פֿון דעם צלם פֿון די „לבֿנונישע כּוחות‟, אַ קריסטלעכע מיליץ אינעם בירגער-קריג. די טאַטויִרונג האָט זי געמאַכט אין 2012 נאָך אַן אַטענטאַט אין ביירוט קעגן די אַנטי-סירישע פֿיגורן. פֿאַר דעם האָט זי שוין געהאַט אַ טאַטויִרונג מיט דער ערשטע שורה פֿונעם לבֿנונישן הימען, וואָס זאָגט: „מיר זײַנען אַלע פֿאַר דער מדינה, פֿאַר גלאָריע, פֿאַר דער פֿאָן.‟
אָבער ווי שטאַרק כאַליפֿאַ זאָל נישט ליב האָבן איר היימלאַנד, שאַצן די לבֿנונער אָפּ איר קאַריערע ווי אַ „שאַנדע פֿאַר די גויים‟. כאַליפֿאַ האָט פֿאַרעפֿטלעכט אויף „טוויטער‟ עטלעכע פֿון די עקלדיקע אָפּשאַצונגען, וואָס מען האָט איר געשיקט, אַרײַנגערעכנט טויט־סטראַשונגען. איינער האָט אַפֿילו גענוצט אַ בילד פֿון אַ קעמפֿער פֿון ISIS, וואָס האַלט אַן אָפּגעהאַקטן קאָפּ, און געביטן דאָס פּנים אויף כאַליפֿאַס. אירע אייגענע עלטערן האַלטן נישט אָן קיין קאָנטאַקט מיט איר, צוליב איר קאַריערע, זאָגנדיק, אַז אין דעם איז שולדיק די אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט, און נישט דער אופֿן, ווי זיי האָבן זי דערצויגן. כאַליפֿאַ אַליין טענהט, אַז די שווערסטע קריטיק פֿאַר איר איז צו הערן, אַז די לבֿנונער האָבן זי פֿײַנט.
כאַליפֿאַ האָט אויך באַקומען פּאָזיטיווע אָפּרופֿן פֿון לבֿנון. דער שרײַבער נאַסרי אַטאַלאַ האָט געזאָגט אויפֿן „פֿייסבוק‟, אַז דאָס וואָס כאַליפֿאַ טוט מיט איר קערפּער בעת דער אַרבעט, איז איר אייגענער עסק; עס איז שטאַרק היפּאָקריטיש צו זאָגן, אַז זי איז אַ בושה פֿאַר די לבֿנונער, און אַז די פּאָפּולערע קולטור אין לבֿנון איז שוין גענוג רײַף צו זען פּאָרנאָגראַפֿישע פּראָדוקציע; נאָך מער: צווישן די גרינדער פֿונעם פּאָרנאָגראַפֿישן געשעפֿט „בראַזערס‟ איז דאָ נאָך איין לבֿנונער. כאַליפֿאַ האָט אַפֿילו שטיצער, וואָס רופֿן זי „לבֿנונס לעצטע האָפֿענונג קעגן ISIS!‟
פֿאַרשטייט זיך, אַז אַ סך פֿון אירע אָנהענגער שטאַמען פֿון לבֿנון. לויט דער אויסגאַבע „פּאָרן-האַב‟ איז די צאָל „זוכן‟ פֿאַר אירע פֿילמען געוואָרן 5 מאָל העכער צווישן דעם 3טן און 6טן יאַנואַר; און אַ פֿערטל פֿון די זוך-בקשות זײַנען געקומען פֿון לבֿנון, סיריע און יאָרדאַניע.
אין דער זעלבער צײַט איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, ווי אויסערגעוויינטלעך־טיפּיש איז כאַליפֿאַ ווי אַן אַמעריקאַנער פֿרוי. חתונה געהאַט צו 18 יאָר, וואָלט מען נישט געמיינט, אַז זי איז שטאַרק אַנדערש פֿון אַנדערע 21־יעריקע מיידלעך, ווען מען קוקט אויף איר „פֿייסבוק‟-זײַטל. זי האָט ליב זיך צו פֿאָטאָגראַפֿירן „סעלפֿיז‟, ווי זי איז שיין אָנגעטאָן אָדער זיצט לעבן דעם קאָמפּיוטער מיט אַ ריזיקער קאַווע פֿון „סטאַרבאַקס‟ און אַרבעט. אויף ס’רובֿ בילדער טראָגט זי אירע אַלטמאָדישע ברילן, אָבער נישט תּמיד (עס איז וויכטיק דאָ אונטערצושטרײַכן, אַז זי האָט צוויי זײַטלעך אין „פֿייסבוק‟, און דאָס צווייטע איז נישט „פּאַסיק פֿאַר דער אַרבעט‟, ווי מען וואָרנט אויף ענגליש). זי פּרוּווט אַפֿילו צו רעקרוטירן פֿוטבאָל־שפּילער פֿון קאָלעדזש פֿאַר איר באַליבטער מאַנשאַפֿט, „פֿלאָרידע סטייט‟; און זאָגט זיי, אַז זי וועט מאַכן אַ בילד אין זייערע קאָסטיומען, אויב זיי וועלן קומען.
אינעם לעצטן סך-הכּל איז מיִאַ כאַליפֿאַ אַ טיפּיש קינד פֿון אַמעריקאַנער אימיגראַנטן. פֿון איין זײַט, וויל זי אָפּהיטן איר קולטור ווי זי האָט געטאָן מיט אירע טאַטויִרונגען; פֿון דער צווייטער זײַט, האָט זי אויך גענוג אײַנגעזאַפּט פֿון דעם אַמעריקאַנער קולטור און פֿרעגט, פֿאַרוואָס זײַנען די לבֿנונער אַזוי פֿאַרטאָן אין דעם, וואָס עס טוט אַ פֿרוי, וועלכע איז נאָר געבוירן געוואָרן אין לבֿנון, ווי זי וואָלט געווען עפּעס אַ סימבאָל פֿונעם פֿאָלק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.