נעכטן איז אין מאָסקווע פֿאָרגעקומען אַ וויכטיקע געשעעניש פֿון ייִדישן קולטורעלן לעבן, אַ פּרעמיערע פֿון אַ נײַ מוזיקאַליש ווערק אויף אַ ייִדישער טעמע. צום ערשטן מאָל איז אויסגעפֿילט געוואָרן אַ ציקל לידער, וואָס ס׳האָט געשאַפֿן די כאַרקאָווער קאָמפּאָזיטאָרין יעווגעניאַ לאָפּאַטניק. זי האָט צוגעפּאַסט מוזיק צו די לידער פֿון מאַני לייב. די פּרעמיערע איז געווען אַ טייל פֿון אַן אָוונט, וואָס ס׳האָט דורכגעפֿירט דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ אין מאָסקווער קלוב „מאַסטערסקאַיאַ‟־וואַרשטאַט.
דעם פּאָעט האָט פֿאָרגעשטעלט דער באַקאַנטער פֿילאָלאָג, פֿאָלקלאָריסט און איבערזעצער וואַלערי דימשיץ. ער האָט דערציילט וועגן דער פּאָעטישער באַוועגונג „די יונגע‟ און וועגן מאַני לייב פּערזענלעך, וועגן זײַנע ליטעראַרישע אויפֿטוען. דימשיץ האָט אַנאַליזירט די מאָדערניסטישע טריט, וואָס מאַני לייב האָט געניצט, בתוכם דעם נאָמען פֿון זײַן פּאָעטישן ציקל, „ייִדישע און סלאַווישע מאָטיוון‟. דימשיץ האָט דערקלערט, אַז אין מאַני לייבס צײַטן האָט אַזאַ נאָמען געקלונגען גאָר מאָדערן. „דאָס ייִדישע‟ האָט מען געקענט אַקעגנשטעלן דעם באַגריף „דאָס גוייִשע‟, און די רייד איז געגאַנגען, קודם־כּל, וועגן רעליגיע. אָבער דער נאָמען „ייִדישע און סלאַווישע מאָטיוון‟ האָט באַטאָנט, אַז די ייִדן זענען אַ פֿאָלק, ווי אַנדערע פֿעלקער; און אַז עס זענען דאָ נישט נאָר גויים, פּויערים, נאָר סלאַווישע פֿעלקער מיט זייער אייגענער קולטור.
יעווגעניאַ לאָפּאַטניק האָט דערציילט וועגן דעם, ווי זי האָט זיך געוואָנדן צו דימשיצן מיט דער בקשה אויסצוקלײַבן פֿאַר איר אַ ציקל לידער, וואָס זי קען צופּאַסן מוזיק צו זיי, און ווי אַזוי איז אָנגעגאַנגען די אַרבעט. נאָך דעם האָט זי אַליין אויסגעפֿילט אירע לידער מיט דעם אַקאָמפּאַנימענט פֿון דעם בענד „לאַקאָטשאַ‟ (פֿידל, טשעלאָ, צוויי גיטאַרעס, פּויקן און פֿלייטן). דער זאַל איז געווען פֿולגעפּאַקט. מענטשן זענען געזעסן און געשטאַנען אומעטום און אַפֿילו געהאָנגען אויף לייטערס.
די טעג ווערט הינטער מאָסקווע אין אַ דערפֿל „גאָליצינאָ‟ אַדורכגעפֿירט די יערלעכע ווינטער־קאָנפֿערענץ אין ייִדישע לימודים, אָרגאַניזירט פֿונעם צענטער „ספֿר‟, וואָס שטיצט די אַנטוויקלונג פֿון ייִדישע פֿאָרשונגען אין דעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און דאָס לערנען זיי אין אוניווערסיטעטן. לויט דער רשימה פֿון טעמעס קען מען פֿאַרגלײַכן די „ספֿר‟־קאָנפֿערענצן מיט די קאָנפֿערענצן פֿון „איי־דזשיי־עס‟ — אַן אַמעריקאַנער אַסאָציאַציע פֿון ייִדישע לימודים — פֿון תּנ”כישער אַרכעאָלאָגיע ביז מדינת־ישׂראל; און פֿון לינגוויסטיק ביז עקאָנאָמיע און פּאָליטאָלאָגיע. עס זענען אָפּגעהאַלטן געוואָרן אויך עטלעכע רעפֿעראַטן וועגן ייִדישער ליטעראַטור: וואַלערי דימשיץ האָט דערציילט וועגן ישׂראל ראַבאָנס ראָמאַן „די גאַס‟; גאַלינאַ עליאַסבערג האָט געווידמעט איר רעפֿעראַט דעם רוסיש־ייִדישן שרײַבער טענעראָמאָ (ישׂראל פֿײַנבערג), און אירינאַ שיכאָוואַ האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן די ייִדישע שרײַבער פֿון סאָוועטישער בעסאַראַביע.
דעם 4טן פֿעברואַר, הייבט זיך אָן אַ ווינטער־פּראָגראַם אין ייִדישע לימודים פֿאַר סטודענטן, דאָקטאָראַנטן און יונגע געלערנטע.
די וואָך איז אין מאָסקווע, אינעם צענטער פֿון מאָדערנער קונסט, פֿאָרגעקומען אַן אויסשטעלונג פֿון מאָלערײַ פֿון דעם אַזוי גערופֿענעם צווייטן רוסישן אַוואַנגאַרד. דעם 29סטן יאַנואַר האָט מען פּרעזענטירט אַ נײַע אויסגאַבע, „טעקסטילשטשיקי: געסט־העפֿטן פֿון מיכאַיִל גראָבמאַן, 1964—1971‟ — 18 העפֿטן מיט אויטאָגראַפֿן פֿון גראָבמאַנס חבֿרים, טוער פֿון אומפֿאָרמעלער סאָוועטישער קונסט. דערנאָך האָט מען אויסגעשטעלט די ווערק פֿון גראָבמאַן ווי אויך פֿון די קינסטלער, וואָס ווערן דערמאָנט אין גראָבמאַנס העפֿטן: איליאַ קאַבאַקאָוו, מיכאַיִל ראָגינסקי, באָריס טורעצקי, עדואַרד שטיינבערג, עריק בולאַטאָוו, פֿראַנסיסקאָ אינפֿאַנטע און אַנדערע. די אויסשטעלונג איז געווען זייער קורץ; זי האָט געדויערט בלויז 4 טעג.
דעם 3טן פֿעברואַר איז אינעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי פּרעזענטירט געוואָרן איליאַ וואַסיליעווס בוך „דינאַסטיע מעדאַליע‟. דאָס בוך איז אָנגעשריבן אויפֿן סמך פֿון די מאַטעריאַלן פֿון דער אויסשטעלונג, וואָס דער מוזיי האָט אָרגאַניזירט אין נאָוועמבער. מעדאַליע איז די מאָסקווער רבנישע דינאַסטיע. באַזונדערס קאָנצענטרירט זיך דאָס בוך אויף שמערל-לייב מעדאַליע, וואָס איז געווען דער הויפּט־רבֿ פֿון מאָסקווע און דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין די יאָרן 1933—1938. די הקדמות צו דעם בוך האָבן אָנגעשריבן די הויפּט־רבנים פֿון רוסלאַנד און ישׂראל, ווי אויך די פּראַוואָסלאַוונע און מוסולמענישע היעראַרכן.
מאָנטיק דעם 2טן פֿעברואַר איז אינעם ישׂראלדיקן קולטור־צענטער בײַ דער אַמבאַסאַדע פֿון מדינת־ישׂראל אָרגאַניזירט געוואָרן אַ רעפֿעראַט פֿון סיריל אַסלאַנאָוו וועגן דער ישׂראלדיקער קולטור. סיריל אַסלאַנאָוו איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ירושלימער אוניווערסיטעט. פֿאַר זײַן רעפֿעראַט האָט ער אויסגעקליבן אַ טעמע, פֿאַרבונדן מיט דער השפּעה, וואָס די רוסישע קולטור האָט געהאַט אויף דער העברעיִשער קולטור אין ארץ־ישׂראל סוף 19טן, אָנהייב 20סטן י”ה. באַזונדערס אויספֿירלעך האָט ער אַנאַליזירט די דאָזיקע השפּעה אין לידער; ווי ווײַט זענען די לידער מיט העברעיִשע ווערטער, וואָס מע פֿלעגט זינגען אין די קיבוצים און שטעט פֿון ארץ־ישׂראל, געווען רוסישע, צי זענען דאָס געווען איבערזעצונגען פֿון רוסיש, און צי זענען אַ סך מעלאָדיעס געווען טאַקע אָריגינעל רוסישע?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.