נעכטן איז אין מאָסקווע פֿאָרגעקומען אַ וויכטיקע געשעעניש פֿון ייִדישן קולטורעלן לעבן, אַ פּרעמיערע פֿון אַ נײַ מוזיקאַליש ווערק אויף אַ ייִדישער טעמע. צום ערשטן מאָל איז אויסגעפֿילט געוואָרן אַ ציקל לידער, וואָס ס׳האָט געשאַפֿן די כאַרקאָווער קאָמפּאָזיטאָרין יעווגעניאַ לאָפּאַטניק. זי האָט צוגעפּאַסט מוזיק צו די לידער פֿון מאַני לייב. די פּרעמיערע איז געווען אַ טייל פֿון אַן אָוונט, וואָס ס׳האָט דורכגעפֿירט דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ אין מאָסקווער קלוב „מאַסטערסקאַיאַ‟־וואַרשטאַט.
דעם פּאָעט האָט פֿאָרגעשטעלט דער באַקאַנטער פֿילאָלאָג, פֿאָלקלאָריסט און איבערזעצער וואַלערי דימשיץ. ער האָט דערציילט וועגן דער פּאָעטישער באַוועגונג „די יונגע‟ און וועגן מאַני לייב פּערזענלעך, וועגן זײַנע ליטעראַרישע אויפֿטוען. דימשיץ האָט אַנאַליזירט די מאָדערניסטישע טריט, וואָס מאַני לייב האָט געניצט, בתוכם דעם נאָמען פֿון זײַן פּאָעטישן ציקל, „ייִדישע און סלאַווישע מאָטיוון‟. דימשיץ האָט דערקלערט, אַז אין מאַני לייבס צײַטן האָט אַזאַ נאָמען געקלונגען גאָר מאָדערן. „דאָס ייִדישע‟ האָט מען געקענט אַקעגנשטעלן דעם באַגריף „דאָס גוייִשע‟, און די רייד איז געגאַנגען, קודם־כּל, וועגן רעליגיע. אָבער דער נאָמען „ייִדישע און סלאַווישע מאָטיוון‟ האָט באַטאָנט, אַז די ייִדן זענען אַ פֿאָלק, ווי אַנדערע פֿעלקער; און אַז עס זענען דאָ נישט נאָר גויים, פּויערים, נאָר סלאַווישע פֿעלקער מיט זייער אייגענער קולטור.
יעווגעניאַ לאָפּאַטניק האָט דערציילט וועגן דעם, ווי זי האָט זיך געוואָנדן צו דימשיצן מיט דער בקשה אויסצוקלײַבן פֿאַר איר אַ ציקל לידער, וואָס זי קען צופּאַסן מוזיק צו זיי, און ווי אַזוי איז אָנגעגאַנגען די אַרבעט. נאָך דעם האָט זי אַליין אויסגעפֿילט אירע לידער מיט דעם אַקאָמפּאַנימענט פֿון דעם בענד „לאַקאָטשאַ‟ (פֿידל, טשעלאָ, צוויי גיטאַרעס, פּויקן און פֿלייטן). דער זאַל איז געווען פֿולגעפּאַקט. מענטשן זענען געזעסן און געשטאַנען אומעטום און אַפֿילו געהאָנגען אויף לייטערס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.