ייִדיש איבער דער וועלט

Yiddish Around the World

די פּאָעטעסע רבֿקה באַסמאַן בן־חיים
Chana Pollack
די פּאָעטעסע רבֿקה באַסמאַן בן־חיים

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published February 06, 2015, issue of March 06, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 4)


רעפֿעראַטן וועגן דער ייִדישער קולטור אין „האַרוואַרד‟:

אין „האַרוואַרד‟־אוניווערסיטעט אין קיימברידזש קומט איצט פֿאָר אַ נײַע סעריע רעפֿעראַטן, געווידמעט דער ייִדישער קולטור פֿאַרן ברייטערן עולם. די סעריע, אויף ענגליש, פֿאָרגעשטעלט דורך דער פּראָגראַם פֿון פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור, האָט זיך אָנגעהויבן מאָנטיק, דעם 2טן פֿעברואַר, מיט אַ רעפֿעראַט פֿון ד”ר דזשערעמי דאַובער (קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט). דאָנערשטיק, דעם 5טן פֿעברואַר, האָט שאול זעריט (ייִדישער טעאָלאָגישער־סעמינאַר) רעפֿערירט אויף דער טעמע „אפֿשר פֿאַר מיליאָנען, אפֿשר פֿאַר קיינעם ניט: שאול בעלאָו, יצחק באַשעוויס־זינגער און די פּראָבלעם פֿון דער וועלט־ליטעראַטור‟.

מאָנטיק, דעם 9טן פֿעברואַר, וועט ד”ר אַגי לעגוטקאָ (קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט) רעפֿערירן אויף דער טעמע „פֿאַרכאַפּט דורך דער פֿאַרגאַנגענהייט: פֿאַרכאַפּונגען דורך דיבוקים און דער מאָדערנער ייִדישער אידענטיטעט‟. דער רעפֿעראַט וועט פֿאָרקומען 5 אַ זייגער נאָכמיטאָג אינעם „האַרוואַרד־סעמיטישן מוזיי‟, צימער 201.

מאָנטיק, דעם 23סטן פֿעברואַר, וועט ד”ר נעמי זײַדמאַן (גראַדויִר־טעאָלאָגישע אוניע) רעפֿערירן אויף דער טעמע „אַ מוטער־טראַכט פֿאַר זיך אַליין: חסידים, השׂכּלה און די געבורט פֿונעם מאָדערנעם ייִדישן ראָמאַן‟. דער רעפֿעראַט וועט פֿאָרקומען 5 אַ זייגער נאָכמיטאָג אינעם „האַרוואַרד־סעמיטישן מוזיי‟, צימער 201.

מיטוואָך, דעם 25סטן פֿעברואַר, וועט ד”ר מאַרק קאַפּלאַן (צענטער פֿאַר דער ייִדישער געשיכטע) רעדן אויף דער טעמע „ליטעראַרישע ווערק וועגן רײַזעס, אַלעגאָריע און דיסלאָקירונג אינעם ייִדישן און דײַטשישן מאָדערניזם‟. דער רעפֿעראַט וועט פֿאָרקומען 5 אַ זייגער נאָכמיטאָג אינעם „באַרקער־צענטער‟ (12 קווינסי־גאַס).

דינסטיק, דעם 3טן מאַרץ, וועט סאַמיועל שפּינער (דזשאָנס־האָפּקינס אוניווערסיטעט) רעדן אויף דער טעמע „‘די געזעלשאַפֿט פֿון ווילדע ייִדן׳: ווילדקייט, ברית, און קהילה אינעם ייִדישן, דײַטשישן און העברעיִשן מאָדערניזם‟. דער רעפֿעראַט וועט פֿאָרקומען 5:30 נאָכמיטאָג אינעם „האַרוואַרד־סעמיטישן מוזיי‟, צימער 201.


פֿאָרשעטלונג אויף ייִדיש פֿון ישׂראלדיקע תּלמידים

דער ייִדיש־קלאַס בײַ דער „פּלך־שול‟ אין ירושלים וועט פֿאָרשטעלן די פּיעסע „מנחם־מענדל דער לופֿטמענטש‟ פֿון שלום־עליכם. די פֿאָרשטעלונג וועט פֿאָרקומען דאָנערשטיק, דעם 12טן פֿעברואַר, 7 אַ זייגער אין אָוונט, בײַ דער „פּלך־שול‟ (31 יהודה־גאַס).