(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די לאָקאַלע ייִדישע װאָכנשריפֿט „די אױסטראַלישע ייִדישע נײַעס‟ האָט זיך באַקלאָגט, אַז נאָר הרבֿ גוטניק און דער איצטיקער פֿאַרװאַלטער פֿונעם מעלבורנער ישיבֿה־קאָלעדזש צװישן אַלע רבנים אין לאַנד, זײַנען בײַגעװען די ערשטע דרײַ טעג פֿון דער קאָמיסיע. זי האָט זיך אױך באַקלאָגט, װאָס די אָנפֿירערשאַפֿט פֿון אױסטראַלישע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס איז אױך נישט געװען פֿאַרטראָטן אין זאַל.
נאָך דעם װי פֿאָרשטײער פֿון דער ייִדישער קהילה פֿון ניו־סאַוט װײלס האָבן אױסגעפֿאָרשט דעם לאָקאַלן „ועד הכּשרות‟, האָבן זײ געמישפּט, אַז ער דאַרף פֿאַרבעסערן זײַן סטרוקטור ביזן 13טן מאַרץ הײַיאָר. טאָמער נישט, װעט געעפֿנט װערן אַ נײַער „ועד הכּשרות‟ אין ניו־סאַוט װײלס. די אױספֿאָרשער האָבן געמישפּט, אַז כּשר פֿלײש אין ניו־סאַוט װײלס קאָסט 30% מער, װי אין װיקטאָריע, און אַז די אַלגעמײנע ייִדישע באַפֿעלקערונג האָט נישט קײן גענוגיקע דעה אין דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿונעם לאָקאַלן „ועד הכּשרות‟ אין ניו־סאַוט װײלס — צװישן אַנדערן.
מיטגלידער פֿונעם רעפֿאָרם־טעמפּל אין דער מעלבורנער פֿאָרשטאָט סיינט קילדאַ, ק”ל בית־ישראל, װעלן קענען הערן אַלץ װאָס עס טוט זיך אינעם גרעסטן רעפֿאָרם־טעמפּל אין מעלבורן יעדן פֿרײַטיק־צו־נאַכטס אױף דער אינטערנעץ. דאָס װעט באַדינען די קראַנקע און די, װעלכע װױנען צו װײַט פֿונעם טעמפּל צו קענען דאַװענען בציבור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.