וואַקצינען: אַ הייסער וויכּוח בײַ די אַמעריקאַנער ייִדן

Prominent Jews Weigh In on Vaccines

דער MMR־וואַקצין, וואָס פֿאַרהיט פֿון מאָזלען
Getty Images
דער MMR־וואַקצין, וואָס פֿאַרהיט פֿון מאָזלען

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published February 11, 2015, issue of March 06, 2015.

אין אָקטאָבער איז דערשינען אינעם „פֿאָרווערטס‟ מײַנעם אַן אַרטיקל וועגן די חרדים, וואָס האַלטן ניט פֿון וואַקצינען. איך האָב געשריבן דעם אַרטיקל ווי אַן אָפּרוף אויף די קאָמענטאַרן פֿון הרבֿ שמואל קאַמענעצקי, דער גרינדער און ראָש־ישיבֿה פֿון דער „פֿילאַדעלפֿיער תּלמודישער אַקאַדעמיע‟, אַז דער וואַקצין קעגן פּאָליאָ איז אַ „שווינדל‟. נאָך דעם, וואָס מע האָט פֿאַרעפֿנטלעכט דעם אַרטיקל, האָב איך געהערט טענות פֿון אַ פּאָר פֿרומע לייענער צוליב דעם, פֿאַר וואָס איך האָב דערמאָנט נאָר די פֿרומע ייִדן, וואָס האַלטן ניט פֿון די וואַקצינען, און ניט די „ייִדישע היפּיס אין קאַליפֿאָרניע‟, וואָס האַלטן אויך ניט פֿון זיי. די דאָזיקע לייענער זענען, אַוודאי, גערעכט.

כאָטש ס׳זענען דאָ אַ סך חרדים, וואָס האַלטן ניט פֿון וואַקצינען, האַלטן ס׳רובֿ פֿרומע ייִדן יאָ פֿון זיי; און אַ גרויסע טייל ייִדן, וואָס האַלטן ניט פֿון די וואַקצינען, זענען דווקא פֿרײַע. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס די וואַקצין־אָפּזאָגער שטאַמען, סטערעאָטיפּיש גערעדט, פֿון אַ פּאָר קהילות (די חרדים, די „היפּיס‟, די אַמיש, די ליבערטאַריאַנער און אַזוי ווײַטער), ווײַזן אָן די לעצטע סאָציאָלאָגישע אויספֿאָרשונגען אויף דער טעמע, אַז אַזעלכע מענטשן געפֿינען זיך אין אַלע שיכטן פֿון דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט.

אַן אויסשיט פֿון מאָזלען
Wikipedia
אַן אויסשיט פֿון מאָזלען

די טעמע פֿון וואַקצין־אָפּזאָגערײַ איז ווידער אויף דער צונג בײַ אונדז אַמעריקאַנער צוליב אַן אומדערוואַרטן אויסבראָך פֿון מאָזלען (measles), אַ גאָר געפֿערלעכע קראַנקייט, וואָס מע האָט שוין 20 יאָר באַטראַכט ווי „אויסגעשטאָרבן‟. די מאָזלען זענען צוריקגעקומען צוליב דעם, וואָס אַ סך אַמעריקאַנער עלטערן האַלטן, אַז דער וואַקצין קעגן דער מחלה קען גורם זײַן אויטיזם. די וויסנשאַפֿטלער האָבן, אָבער, באַוויזן, אַז ס׳איז פּשוט ניטאָ קיין שום אמת אין דער דאָזיקער טענה, און אַז דער אַזוי־גערופֿענער MMR־וואַקצין, וואָס פֿאַרהיט ניט בלויז פֿון מאָזלען, נאָר אויך פֿון מומס/חזרל (mumps) און קושליע (German measles/rubella) איז זיכער.

כאָטש אַלע דרײַ קראַנקייטן, קעגן וועלכע עס פֿאַרהיט די MMR־וואַקצין, קענען שאַטן דעם געזונט פֿון קליינע קינדער, זענען די מאָזלען אַ סך ערגער ווי די אַנדערע צוויי. היסטאָריש גערעדט האָט די קראַנקייט אומגעבראַכט אַרום 200 מיליאָן מענטשן במשך פֿון דער געשיכטע. אין די 1980ער זענען יעדעס יאָר איבער דער וועלט אומגעקומען כּמעט אַ מיליאָן מענטשן דורך דעם ווירוס, און אַפֿילו הײַנט שאַצט מען אָפּ, אַז 150,000 מענטשן שטאַרבן יערלעך צוליב דעם.

די וואָס לעבן אַדורך די קרענק לײַדן צומאָל אויפֿן גאַנצן לעבן פֿון פֿאַרשידענע געזונט־פּראָבלעמען, ווי טויבקייט און אומפֿרוכטבאַרקייט. איך האָב, ווי אַ קינד, געקענט אַ מאַן, וואָס איז געווען אַ סטודענט אין „יעיל‟־אוניווערסיטעט, ווען ער איז אָנגעשטעקט געוואָרן מיט דעם מאָזלען־ווירוס און איז דערנאָך געוואָרן אַזוי צוריקגעשטאַנען, אַז ער האָט מער ניט געקענט רעדן. בקיצור, דער ווירוס איז זייער געפֿערלעך.

אַ סך מענטשן ווייסן אָבער ניט, ווי שרעקלעך עס זענען באמת די מאָזלען צוליב דעם ריזיקן דערפֿאָלג פֿונעם וואַקצין; זיי האָבן קיינמאָל ניט געזען עמעצן, וואָס זאָל לײַדן דערפֿון. אין אירלאַנד, למשל, וווּ מע האָט אָנגעהויבן וואַקצינירן מיט 20 יאָר שפּעטער ווי אין אַמעריקע, זענען 99,903 מענטשן אָנגעשטעקט געוואָרן מיטן ווירוס אין 1985. נאָך דעם, וואָס די גאַנצע באַפֿעלקערונג איז וואַקצינירט געוואָרן במשך פֿון 1985 און 1986, זענען בלויז 201 אירלענדער אָנגעשטעקט געוואָרן מיטן מאָזלען־ווירוס אין 1987. גענוג עלטערן האָבן, אָבער, מער מורא געהאַט פֿאַרן וואַקצין ווי פֿאַר די מאָזלען, אַז די צאָל פֿאַלן איז אין גיכן ווידער געשטיגן.

צוליב דעם, וואָס עס פֿאַרשפּרייט זיך איצט די קרענק איבער אַמעריקע, איז די טעמע פֿון וואַקצין־אָפּזאָגערײַ געוואָרן זייער אַקטועל. טשיקאַווע איז דער פֿאַקט, וואָס די ייִדן, און דווקא ניט די חרדישע, נאָר די פֿרײַע און מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע, שפּילן אַ וויכטיקע ראָלע אין דער הײַנטיקער דעבאַטע.

פֿאַראַכטאָגן האָט אַ ייִדישער האַרץ־דאָקטער אין אַריזאָנע, דזשאַק וואָלפֿסאָן, דערקלערט אויף CNN, אַז ער וואַקצינירט ניט זײַנע קינדער. אויף דער פֿראַגע, צי ער וואָלט חרטה געהאַט, אויב איינער פֿון זײַנע קינדער וואָלט אָנגעשטעקט אַן אַנדער קינד, וואָס זאָל שטאַרבן דערפֿאַר, האָט דער דאָקטער געענפֿטערט: „איך וויל ניט מקריבֿ זײַן דעם וווילזײַן פֿון מײַן קינד. מײַן קינד איז הויל און ריין. ס׳איז אַ שאָד, וואָס מענטשן שטאַרבן, אָבער אַזוי איז עס. און איך וועל ניט ריזיקירן מיט מײַן קינד, כּדי צו ראַטעווען נאָך אַ קינד.‟ דער דאָקטער האָט אויך דערקלערט אין אַן אינטערוויו מיט דער „וואַשינגטאָן פּאָסט‟, אַז קינדער „זאָלן האָבן מאָזלען, מומס, קושליע און ווינטפּאָקן (chicken pox), ווײַל ס׳איז די רעכט פֿון אונדזערע קינדער זיי צו באַקומען‟.

נאָך דעם, וואָס דער ייִדישער קאָמיקער דזשאַן סטואַרט האָט חוזק געמאַכט פֿון די וואַקצין־אָפּזאָגער אויף זײַן באַקאַנטער טעלעוויזיע־פּראָגראַם, „דיילי שאָו‟, האָט די ליבערטאַריאַנער ראַדיאָ־פּערזענלעכקייט ראָבערט סקאָט בעל (אויך אַ ייִד) אָנגערופֿן סטואַרטן אַ „נאַצי‟ אין זײַן ראַדיאָ־פּראָגראַם. „ער האָט מער־ווייניקער געזאָגט‟, האָט בעל דערקלערט, „אַז די וואָס האָבן ניט וואַקצינירט זייערע קינדער, האָבן זיי פֿאַרוואַנדלט אין ביאָלאָגישע ’צײַט־באָמבעס‘, און מע דאַרף דערפֿאַר עפּעס טאָן מיט זיי. דאָס איז, דאָך, וואָס מע האָט, מער־וויינער, געזאָגט וועגן די ייִדן, (אַז זיי זענען) די ’מגפֿה־של־עולם‘, אַז מע דאַרף זיי עלימינירן, אַז מע דאַרף באַזײַטיקן די ציגײַנער, מע דאַרף פּטור ווערן פֿון די ’גייס‘. איצטער דאַרף מען באַזײַטיקן די, וואָס וואַקצינירן ניט זייערע קינדער, ווײַל זיי זענען ניט ריין‟.

אַן אַנדער באַקאַנטע ייִדישע פֿרוי, די אַקטריסע מים ביאַליק, האָט אויך דערקלערט איר קעגנערשאַפֿט צו די וואַקצינען. ביאַליק, וואָס איז באַקאַנט פֿאַר איר שיטה ווי אַזוי אויפֿצוהאָדעווען קינדער און איר בוך וועגן דעם; ווי אויך איר סטאַטוס ווי אַ פֿרומער „האָליוווּד‟־שטערן, וואָס טראָגט גאַנץ צניעותדיקע קליידער, האָט געשריבן אויף איר „פֿייסבוק‟־זײַטל, אַז זי איז באַליידיקט געוואָרן צוליב אַן אַרטיקל אויפֿן וועבזײַטל „קוועלער‟, וואָס האָט געטענהט, אַז די וואָס וואַקצינירן ניט זייערע קינדער, זענען שלעכטע ייִדן. כאָטש ביאַליק האָט שוין יאָרן לאַנג גערעדט אָפֿן וועגן איר קעגנערשאַפֿט צו די וואַקצינען, האָט מען נאָר לעצטנס געמאַכט דערפֿון אַ סקאַנדאַל צוליב איר „פֿייסבוק‟־קאָמענטאַר. נאָך דעם, וואָס אַ שרײַבערין פֿאַרן Forward האָט געשריבן אַ שאַרפֿן אַרטיקל קעגן איר שטעלונג צו די וואַקצינען, האָט ביאַליק געזאָגט, אַז זי האָט טאַקע יאָ וואַקצינירט אירע קינדער.

כאָטש ס׳איז מיר קלאָר, אַז די עלטערן, וואָס האַלטן ניט פֿון וואַקצינען ווילן פֿאָרט נאָר אַלדאָסגוטע פֿאַר זייערע קינדער, דאַרף מען זיך פֿעסט קעגנשטעלן קעגן זיי. עס איז שוין פֿאַרבײַ די צײַט, ווען מיר קענען הערן זייערע טענות, אַז מע איז ניט „סימפּאַטיש‟ צו זיי אָדער מע רעדט צו אַגרעסיוו וועגן זייערע באַשלוסן, און „מע באַליידיקט זיי‟. פֿאַרקערט: מע דאַרף זיך ניט בלויז עפֿנטלעך אַקעגנשטעלן און פֿאַרשעמען זיי; מע דאַרף בײַטן די געזעצן, וואָס דערלאָזן אַזאַ אויפֿפֿיר. איז, ווען מע וואָלט בלויז ריזיקירט מיטן לעבן פֿון זייערע קינדער, וואָלט מען אפֿשר געקענט רעדן פֿון „געזונט־פֿרײַהייט‟. אָבער ווען די שלעכטע באַשלוסן פֿון צוויי עלטערן שטעלן אין געפֿאַר דאָס לעבן פֿון טויזנטער אַנדערע מענטשן, דאַרף זיך שוין אַרײַנמישן די רעגירונג און זאָגן — „הערט אויף‟.