לויט זײַן סטאַטוט געהערט מאַרטין גילבערט (פֿון 1995 — סער מאַרטין) צו דער העכסטער בריטישער געזעלשאַפֿט. ער האָט פֿאַרענדיקט דעם עליטאַרן אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט, און ביז די לעצטע טעג פֿון זײַן לעבן געבליבן אַן ערן־מיטגליד פֿון מעריטאָן־קאָלעדזש אין אָקספֿאָרד. ער איז געווען אַ באַקאַנטער היסטאָריקער און האָט אָנגעשריבן 99 ביכער, אָבער קיינמאָל נישט פֿאַרגעסן אין זײַנע וואָרצלען; געדענקט, אַז זײַנע עלטערן זײַנען געקומען קיין לאָנדאָן פֿון דער ייִדישער ווילנע און האָבן דורכגעמאַכט אַ שווערן וועג.
ער אַליין איז על־פּי־נס געבליבן לעבן. בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה — מאַרטין איז דעמאָלט אַלט געווען פֿינף יאָר — איז ער געווען אין דער גרופּע ייִדישע קינדער, וועלכע מ׳האָט אָפּגעשיקט פֿון ענגלאַנד, וואָס איז כּסדר באָמבאַרדירט געוואָרן, קיין קאַנאַדע. די שיף, וווּ ס‘האָבן זיך געפֿינען די קינדער, איז טאָרפּעדירט געוואָרן פֿון אַ דײַטשישער אונטערוואַסער־שיף. מאַרטין האָט זיך געראַטעוועט און איז אָנגעקומען אין קאַנאַדע, אָבער זײַן שוועסטער איז פֿאַרלוירן געגאַנגען. סוף־כּל־סוף, האָבן זיי זיך געטראָפֿן.
נאָך דער מלחמה האָט מאַרטין זיך אומגעקערט צוריק קיין לאָנדאָן, וווּ ער האָט פֿאַרענדיקט די שול, דערנאָך געדינט אין דער אַרמיי, און שפּעטער אָנגעקומען אינעם אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט.
זײַן קאַריערע ווי אַ היסטאָריקער האָט ער אָנגעהויבן פֿון שטודירן די נײַע אייראָפּעיִשע געשיכטע, בפֿרט די געשיכטע פֿון דער ערשטער און צווייטער וועלט־מלחמות. דווקא ער איז פֿאַרבעטן געוואָרן פֿון דער ווינסטאָן טשערטשיל־משפּחה זיך צו באַטייליקן אינעם שרײַבן די ביאָגראַפֿיע פֿונעם געוועזענעם פּרעמיער־מיניסטער. (פֿון די 24 בענד האָט גילבערט אָנגעשריבן די ערשטע זעקס, וווּ ער שפּירט נאָך יעדע שעה פֿון טשערטשילס לעבן).
די דאָזיקע אַרבעט האָט געבראַכט דעם היסטאָריקער אַ שם פֿון אַן ערנסטן געלערנטן, און געעפֿנט פֿאַר אים די טירן פֿאַר אַ פּאָליטישער און אַקאַדעמישער קאַריערע. אָבער גילבערט האָט באַשלאָסן אַנדערש, ער האָט אָנגעהויבן אַרבעטן איבער אַ טעמע, וואָס ער האָט אויסגעטראָגן לאַנגע יאָרן: „גלות און אומקער. דער קאַמף פֿאַרן ייִדישן היימלאַנד‟. דאָס בוך איז דערשינען אין 1978; ער באַשרײַבט דאָרט די געשיכטע פֿון די ייִדישע קהילות אין אייראָפּע און רוסלאַנד פֿון 19טן און 20סטן יאָרהונדערט; זייער קאַמף פֿאַרן אומקערן זיך אין ציון, ביזן שאַפֿן מדינת־ישׂראל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.