די לעצטע ייִדן פֿון קרים

The Last Jews of Crimea

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published February 15, 2015, issue of March 06, 2015.

דער נײַער ראָמאַן „די פֿאַררעטער‟ פֿון דוד בעזמאָסגיס
דער נײַער ראָמאַן „די פֿאַררעטער‟ פֿון דוד בעזמאָסגיס

װען דער קאַנאַדער שרײַבער דוד בעזמאָזגיס האָט געשריבן זײַן ראָמאַן „די פֿאַררעטערס‟, איז דער האַלב־אינדזל קרים נאָך געװען אַ פֿאַרשלאָפֿענע פּראָװינץ פֿון אוקראַיִנע. איצט געהערט שױן יענע תּקופֿה, װאָס האָט זיך געענדיקט מיט װײניקער װי אַ יאָר צוריק, צו אַן אַלטער געשיכטע. און דער דאָזיקער װילדער פּאָליטישער קער גיט צו אַן אײגנאַרטיקן בײַטעם צו בעזמאָזגיסעס ראָמאַן װען מען לײענט אים איצט. צװישן דעם נײַ־אױפֿגעקומענעם דור פֿון רוסיש־ייִדישע מחברים, װאָס שרײַבן אױף ענגליש אין אַמעריקע, איז בעזמאָזגיס אַ יוצא־דופֿן. ער מײַדט אױס גראָטעסקע עפֿעקטן און שפּילט זיך ניט מיטן לײענער, װי עס טוט גערי שטײנגאַרט, און ער שרײַבט ניט קײן פֿאַרצײכענונגען פֿונעם עמיגראַנטישן לעבן װי לאַראַ װאַפּניאַר און אַנדערע. זײַן באַליבטער ליטעראַרישער מאַטעריאַל זײַנען עלטערע סאָװעטישע ייִדן מיט זײערע פֿאַרפּלאָנטערטע לעבנס־געשיכטעס.

בעזמאָזגיס איז בטבֿע אַ פּסיכאָלאָגישער רעאַליסט, מיט אַ שאַרפֿן אינטערעס צו דער אַלטהײמישער װאָכעדיקײט און קלײנע טאָג־טעגלעכע דאגות. דערבײַ אָבער שאַפֿט ער פֿאַר זײַנע העלדן אױסטערלישע סיטואַציעס, כּדי בולטער מאַכן דעם מהות פֿון זײער כאַראַקטער. די „פֿאַררעטערס‟ זײַנען צװײ עלטערע רוסישע ייִדן, װאָס טרעפֿן זיך על־פּי צופֿאַל אין דעם קרימער קוראָרט יאַלטאַ. ברוך קאָטלער איז אַ בכּבֿודיקער „רעפֿיוזניק‟, װאָס איז אָפּגעזעסן דרײַצן יאָר אין דער סאָװעטישער תּפֿיסה און איז געװאָרן אַ חשובֿער פּאָליטישער קאָכלעפֿל אין ישׂראל; און איצט איז ער אַנטלאָפֿן פֿון ישׂראל און זײַן משפּחה קײן קרים מיט אַ יונגער קאָכאַנקע, װאָס האָט גורם געװען אַ פּאָליטישן סקאַנדאַל. אין יאַלטאַ פֿאַרדינגען זײ אַ צימערל בײַ אַן עלטערן רוסישן פּאָרפֿאָלק, און עס װײַזט זיך אַרױס, אַז דער בעל־הבית פֿון דער דירה איז זײַנער אַן אַלטער מאָסקװער באַקאַנטער, חיים טאַנקילעװיטש, װאָס האָט אים דעמאָלט געמסרט פֿאַר דער סאָװעטישער געהײם־פּאָליצײ, „קאַ-גע-בע‟.

נאָך דעם ערשטן שאָק פֿון דערקענען זיך, לאָזן זײ זיך אַרײַן אין אַ שמועס. אינעם דאָזיקן דיאַלאָג אַנטפּלעקט זיך דעם מחברס ליטעראַרישע מײַסטערשאַפֿט. די העלדן רעדן אַ מאָדערנעם אידיאָמאַטישן ענגליש, אָן קײן שום פּרוּװן נאָכצומאַכן אַ רוסישן סטיל, אָבער דער תּוך פֿון זײער סיכסוך איז אַ טיף־רוסישער. לכאורה דאַכט זיך, אַז דער מצבֿ איז גאַנץ קלאָר: קאָטלער איז אַ העלד, בעת טאַנקילעװיטש איז אַ פּאַסקודניאַק. אָבער אין משך פֿון זײער שמועס װערט אַלץ קלאָרער, אַז דאָס בילד איז ניט שװאַרץ־װײַס. מיט יאָרן צוריק זײַנען זײ בײדע געװען גאַנץ ענלעך: מאָסקװער ייִדישע אינטעליגענטן, װאָס זײַנען פֿאַרטאָן געװאָרן אין דער אונטערערדישער ציוניסטישער באַװעגונג מיט דער כּװנה צו מאַכן עליה קײן ישׂראל.

וווּ זשע שטעקט דער טיפֿער אונטערשיד צװישן אָט די צװײ ייִדן? און פֿאַרװאָס רופֿט זיך דער ראָמאַן „די פֿאַררעטער‟, אַנשטאָט „דער פֿאַררעטער‟? די דאָזיקע פֿראַגעס פֿירן צו אינטערעסאַנטע מאָראַלישע חקירות. װי װײַט קאָן מען אײַנגײן אױף אַ פּשרה מיט אײגענע פּרינציפּן, בפֿרט אין אַ לעבן פֿון אַ נאָענטן מענטשן? און װאָס זײַנען די פּרײַזן, װאָס מען צאָלט פֿאַרן יאָ מאַכן און ניט מאַכן אַזאַ מין פּשרה? אײניקע קריטיקער דערקענען אין בעזמאָזגיסעס װערק אַ השפּעה פֿון דאָסטאָיעװסקין, װי אַ פֿאָרשער פֿון טיפֿענישן פֿון דער מענטשלעכער נשמה. אָבער מיר דאַכט זיך, אַז בעזמאָזגיס איז נענטער צו טשעכאָװן. מסתּמא, איז דער אױסקלײַב פֿון יאַלטאַ, װוּ טשעכאָװ האָט פֿאַרבראַכט זײַנע לעצטע יאָרן און װאָס ער האָט פֿאַראײביקט אין זײַנע דערצײלונגען, אַ רמז אױף דעם.

אין אונטערשיד צו דאָסטאָיעװסקין, האָט בעזמאָזגיס ניט קײן אינטערעס אין אױסטערלישע פּערזענלעכקײט און כאַראַקטערן, װאָס ראַנגלען זיך מיט די „לעצטע פֿראַגן‟ פֿונעם מענטשלעכן קיִום. ער שילדערט זײַנע פּערסאָנאַזשן װי סתּם ייִדן פֿון בשׂר־ודם, װאָס זײַנען על־פּי צופֿאַל אַרײַנגעפֿאַלן אין שװערע אומשטאַנדן. זײ האָבן געמאַכט זײערע באַשלוסן לױט זײערע השׂגות, אָבער זײַנען ניט געװען ביכלות פֿאָרױסצוזען זײערע פּועל־יוצאס. ענלעך צו טשעכאָװן, זאָגט בעזמאָזגיס ניט קײן פּסק־דין איבער זײַנע העלדן. ער פּרוּװט זיך אײַנלעבן אין זײער מצבֿ, פֿאַרשטײן זײערע מאָטיװן, אָבער ער װיל זײ ניט מישפּטן. זײַן הױפּט־כּלי איז איראָניע, און דאָס ברענגט אים צו זײַן נענטער צו שלום־עליכם.

אין תּוך גענומען זײַנען בעזמאָזגיסעס העלדן אײביקע ייִדישע טיפּן, „קלײנע מענטשעלעך מיט קלײנע השׂגות‟. פֿאַר דעם האָט ער זײ ליב, כאָטש צו מאָל פֿירן זײ זיך אױף גאַנץ מיאוס. אָבער זײ פֿאַרמאָגן דאָס פּינטעלע ייִדישקײט, װאָס עס פֿעלט צומאָל דעם יונגן דור. װאָס ייִנגער די פּערסאָנאַזשן זענען אין בעזמאָזגיסעס װערק, אַלץ מער סכעמאַטיש און בלאַס קומען זײ אַרױס. עס פֿעלט זײ אָט די זשװאַװע ייִדישע נשמה, װאָס באַלעבט דעם עלטערן דור.

בעזמאָזגיס באַטראַכט דעם סאָװעטישן ייִדישן עבֿר מיט אַ גוטן שמײכל. ער האָט ניט קײן סך גלױבן אין אידעאָלאָגישע פּרינציפּן און העלדישער שטאַנדהאַפֿטיקײט װען עס קומט צו דעם לאַנגן מענטשלעכן לעבן. אין תּוך גענומען, דריקט זיך אויס דער מאָראַלישער סך־הכּל פֿון זײַן מעשׂה „כּל ישׂראל ערובֿים זה לזה‟, אַלע ייִדן טראָגן דאָס אַחריות אײנער פֿאַרן אַנדערן.