(די 2 טע זײַט פֿון 2)
ניין, נישט קיין אידעאָלאָגיע האָט דאָס געטאָן, נאָר אַ מענטש, אַ העסלעכער, גיפֿטיקער מענטש האָט דערשאָסן אַנדערע מענטשן, וואָס האָבן אָנטייל גענומען אין אַ דיסקוסיע וועגן פֿרײַהייט פֿון וואָרט, ווי איראָניש דאָס זאָל נישט קלינגען.
דער וועכטער, וואָס האָט אים פֿאַרשטעלט דעם וועג און איז דערשאָסן געוואָרן, האָט נישט באַשיצט די פֿרײַהייט פֿון דעם יחיד אָדער עפּעס אַן אַנדער אַבסטראַקטן באַגריף. ער האָט אָפּגעהיטן די לעבנס פֿון ייִדן בשעת זיי האָבן געפּראַוועט אַ בת-מיצווה.
וואָס גיבן אונדז די אַבסטראַקטע באַגריפֿן, וואָס די פּרעמיערין ניצט? זיי קלערן עפּעס אויף? זיי ווערן אויסגענוצט ווי באַרויִקונג-פּילן. פֿאַרוואָס האַלט זי, אַז אירע בירגער זענען אומפֿעיִק צו קוקן אויף דער ווירקלעכקייט מיט קלאָרע אויגן? און אפֿשר האָט זי אַליין מורא דאָס צו טאָן? זי וועט מוזן אויפֿגעבן די פֿאַרנעפּלטע באַגריפֿן און זיך אַרײַנקוקן אין דער האַרטער רעאַליטעט. אויפֿהערן צו פֿילאָזאָפֿירן וועגן דעם מהות פֿון איסלאַם, אין וועלכן זי פֿאַרשטייט אַ קרענק, און אָנהייבן אירע בירגער צו דערקלערן, ווי אַזוי איז דאָס מעגלעך, אַז אַ באַוואָפֿנטער מענטש דרייט זיך אויף די קאָפּענהאַגענער גאַסן, גלײַך ווי גאָרנישט.
זי און די גאַנצע אייראָפּעיִשע פֿירערשאַפֿט זענען שולדיק זייערע בירגער — מוסולמענער און נישט-מוסולמענער — אַן ענטפֿער, ווי קען זײַן, אַז עס הערשט אין אייראָפּע אַזאַ הפֿקרות? וואָס איז וויכטיקער, צו זײַן פּאָליטיש קאָרעקט אָדער אָפּהיטן די לעבנס פֿון פֿרידלעכע תּושבֿים? און ווי האָבן זיי בדעה צו באַקעמפֿן די גרויזאַמע דערשײַנונג, וואָס הייבט ערשט אויף איר קאָפּ?
אָבער אַנשטאָט ענטפֿערס און חשבון-הנפֿש ווערן איבערגעחזרט כּסדר די זעלבע ווערטער: „איסלאַמאָפֿאָביע‟, „ראַסיזם‟, „דיסקרימינאַציע‟ וכּדומה. אַוודאי, זענען פֿאַראַן אין דעם אייראָפּעיִשן קאָנטינענט גענוג איסלאַמאָפֿאָבן און ראַסיסטן; נאָר דאָס וואַרפֿן זיך מיט אַזוינע ווערטער און פּוסטע לאָזונגען וועט העלפֿן דער איצטיקער פֿירערשאַפֿט, ווי אַ טויטן באַנקעס.
פֿריִער אָדער שפּעטער וועט זייער עולם פֿאָדערן לייזונגען. און ווי עס שײַנט הײַנט צו טאָג, האָבן די אייראָפּעיִשע רעגירונגען נישט קיין לייזונג און נישט קיין שאָטן פֿון אַ לייזונג.
זייער בלינדקייט און אוממעכטיקייט שאַטן צוויי מאָל: ערשטנס, זיי באַקעמפֿן נישט דעם איסלאַמישן טעראָריזם, און צווייטנס, ברענגט זייער צוגאַנג, נישט ווילנדיק, צום אויפֿשטײַג פֿון אַזעלכע עקסטרעם-רעכטע כּוחות ווי לע-פּען אין פֿראַנקרײַך, „פּעגידאַ‟ אין דײַטשלאַנד און אַנדערע באַוועגונגען און פּאַרטייען איבער גאַנץ אייראָפּע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.