דער צענטער „ספֿר‟ האָט אַרויסגעגעבן אַ בוך, „זײַטן פֿון דער געשיכטע און קולטור פֿון גרוזינער ייִדן‟. שוין עטלעכע יאָר אָרגאַניזירט דער צענטער „ספֿר‟ עקספּעדיציעס אין פֿאַרשיידענע געגנטן פֿון דעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. געוויינטלעך, זענען דאָ צוויי ריכטונגען פֿון דער טעטיקייט: עטנאָגראַפֿיע און עפּיגראַפֿיק (לייענען שריפֿטן אויף די מצבֿות, ווי אַ היסטאָרישער קוואַל). אין די עקספּעדיציעס נעמען אָנטייל ניט בלויז די געלערנטע, נאָר אויך סטודענטן, וואָס לערנען זיך אויסצופֿרעגן אינפֿאָרמאַנטן און אַרבעטן אויף בית־עלמינס. מיט צוויי יאָר צוריק האָט דער צענטער דורכגעפֿירט אַזאַ פּראָגראַם אין גרוזיע; מע האָט אויסגעפֿרעגט אינפֿאָרמאַנטן און געאַרבעט אויף בית־עלמינס אין טביליסי, גאָרי, סוראַמי, קוטאַיִסי, צאַגערי און געוועזענע ייִדישע שטעטלעך קולאַשי און לײַלאַשי, וווּ זיי האָבן פֿאַרשריבן רײַכע פֿאָלקלאָר־טעקסטן. דאָס בוך שליסט אײַן מאַטעריאַלן פֿון די עקספּעדיציעס און אַרטיקלען, אָנגעשריבענע אויפֿן סמך פֿון קוואַלן, ווי אויך אַרטיקלען וועגן דער געשיכטע און קולטור פֿון די גרוזינער ייִדן.
דער נײַער מאָסקווער ייִדישער מוזיי איז ממשיך מיט דעם ציקל רעפֿעראַטן וועגן דעם גוף אין דער ייִדישער טראַדיציע. די וואָך איז געהאַלטן געוואָרן אורי הערשאָוויטשס רעפֿעראַט „סעקס אין תּלמוד‟. די רייד גייט וועגן די פֿראַגן ניט בלויז פֿון סעקס, נאָר אויך פֿון געשלעכט און גענדער־סטערעאָטיפּן, אָפּגעשפּיגלט אין תּלמוד. אורי הערשאָוויטשס פּאָלעמיזירט מיט דעם בוך פֿון דעם באַרימטן ייִדישן אַמעריקאַנער געלערנטן דניאל באָיאַרין “Carnal Israel: Reading Sex in Talmudic Culture’’.
מאָנטיק, דעם 16טן פֿעברואַר, האָבן די הויפּטן פֿון רוסישן חב”ד, ר׳ בערל לאַזאַר און ר׳ אַלכּסנדר באָראָדאַ, זיך געטראָפֿן אין דער שיל אין מאַרינאַ ראָשטשאַ מיטן אַמבאַסאַדאָר פֿון דײַטשלאַנד אין רוסלאַנד ריודיגער פֿאָן פֿריטש. די רייד איז געגאַנגען וועגן דער איצטיקער לאַגע אין רוסלאַנד און די פּערספּעקטיוון פֿון בשותּפֿותדיקער טעטיקייט קעגן אַנטיסעמיטיזם. עס ווערן אַרומגערעדט אויך בשותּפֿותדיקע פּראָגראַמען פֿאַר יונגע ייִדן פֿון רוסלאַנד און דײַטשלאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.