ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published February 18, 2015, issue of March 06, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דער קאָנפֿליקט צווישן דער רמב”ם־אַקאַדעמיע און דעם „חורבן‟־צענטער

עס אַנטוויקלט זיך ווײַטער דער סקאַנדאַל אַרום דעם צענטער „חורבן‟. לאָמיך דערמאָנען, אַז יענע וואָך האָט די דירעקטאָרין פֿונעם צענטער אַלאַ גערבער דערקלערט, אַז די „רמב”ם־אַקאַדעמיע‟ צווינגט דעם צענטער צו פֿאַרלאָזן דעם בנין. די „רמב”ם־אַקאַדעמיע‟ איז איינער פֿון די מאָסקווער אוניווערסיטעטן, וואָס האָט בפֿירוש אַ ייִדיש פּנים. דער הויפּט־לימוד אויף דעם פֿילאָלאָגישן פֿאַקולטעט איז העברעיִש. אין איינעם פֿון די בנינים פֿון דער אַקאַדעמיע האָט אַ האַלבן שטאָק פֿאַרנומען דער צענטער „חורבן‟. אַנומלטן האָט צווישן די צוויי אינסטיטוציעס אויסגעבראָכן אַ סקאַנדאַל; אַלאַ גערבער, וואָס שטייט אין שפּיץ פֿונעם צענטער, האָט זיך אָפּגעזאָגט זיך אַרויסציִען פֿונעם בנין, און די רעקטאָרין פֿון דער אַקאַדעמיע, וועראָניקאַ אירינאַ־כּהן, האָט באַפֿוילן ניט אַרײַנצולאָזן די מיטאַרבעטער פֿונעם צענטער אינעם בנין. דער סיכסוך איז דערגאַנגען ביזן רוסלענדישן פּאַרלאַמענט. אַקיצור, נאָך אַ קאָנטראָל־קאָמיסיע האָט דער מיניסטעריום פֿאַר בילדונג אָפּגעשטעלט די אַקאַדעמיע־ליצענץ אויף אַ האַלב יאָר.

די וואָך האָבן אין דעם קאָנפֿליקט אויך אָנטייל גענומען די גענעראַל־פּראָקוראַטור פֿון רוסלאַנד און רוסלענדישן פֿאַרמעגנס־קאָמיטעט. אין דער טעטיקייט פֿון דער אַקאַדעמיע זענען געפֿונען געוואָרן אַ סך בלויזן. די אַקאַדעמיע האָט באַקומען אַ „וואָרענונג‟, אָבער באַשולדיקט דעם צענטער, אַז ער דעקט ניט די וואַסער־ און עלעקטריע־חשבונות.

לעצטנס, איז דעם צענטער „חורבן‟ צוגעזאָגט געוואָרן מצד דעם פֿאַרמעגנס־קאָמיטעט אַ נײַ אָרט, און ס’איז דאָ אַ האָפֿענונג, אַז דער קאָנפֿליקט וועט געלייזט ווערן אָן געריכט־זיצונגען.

„ר׳ טבֿיה‟ — אַ סימפֿאָנישע סויִטע

דעם 18טן פֿעברואַר, קומט אין מאָסקווער קאָנסערוואַטאָריע פֿאָר די שליסונג־צערעמאָניע פֿון דעם צווייטן אַלרוסלענדישן אָפֿענעם פֿעסטיוואַל פֿון מאָדערנער כאָר־ און טעאַטער־קונסט „האַרמאָניע און שלום‟. דער סימפֿאָנישער אָרקעסטער פֿון דער מאָסקווער קאָנסערוואַטאָריע און דער באַרימטער אַקטיאָר דמיטרי נאַזאַראָוו וועלן אויספֿילן די סויִטע פֿאַרן אָרקעסטער און פֿאָרלייענער „ר‘ טבֿיה‟, וואָס דער קאָמפּאָזיטאָר עדואַרד פֿערטעלמייסטער האָט געשאַפֿן לויט די מאָטיוון פֿון שלום־עליכמס ראָמאַן.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.