פֿאַרוואָס איז אין קובע נישטאָ קיין חב״ד?

Why Chabad Has No Presence in Cuba

אַלבערטאָ און רבֿקה משולם, די שטיצער פֿון חב״ד אין האַוואַנע
אַלבערטאָ און רבֿקה משולם, די שטיצער פֿון חב״ד אין האַוואַנע

פֿון דזשאָש טאַפּער (Forward)

Published February 19, 2015, issue of March 06, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

לויט די קובאַנער געזעצן, מוזן אַלע באַזוכער פֿונעם לאַנד, וואָס קומען מיט בפֿירוש רעליגיעזע מיסיעס, באַקומען אַ ספּעציעלע וויזע. צענדליקער אָרגאַניזאַציעס פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע, וואָס באַזאָרגן די ייִדישע קהילה מיט בגדים און מעדיקאַמענטן, פֿאָלגן דעם דאָזיקן געזעץ. די ליובאַוויטשער קומען אָבער אָן ווי סתּם טוריסטן, הגם זיי פֿאַרנעמען זיך אין קובע מיט רעליגיעזער טעטיקייט. דאָס האָט אויך אויפֿגערעגט די אָרטיקע ייִדישע קהילה.

פֿון זײַן צד, האָט אײַזענבאַך געטענהט, אַז פֿריִער האָבן זײַנע שליחים יאָ געפּרוּווט צו באַקומען די ספּעציעלע רעליגיעזע וויזע. דער פּראָצעס האָט אָבער פֿאַרנומען צופֿיל צײַט. הײַנט אָבער, וואָלט די פּרעזידענטין פֿון דער קאָנסערוואַטיווער שיל זיי נישט אַרײַנגעלאָזט. דוואָרין געפֿינט זיך אין ענגע באַציִונגען מיט דער קובאַנער רעגירונג און קאָן זיך אָנקלאָגן קעגן דער ליובאַוויטשער טעטיקייט. פֿידעל קאַסטראָ איז צוויי מאָל אויפֿגעטראָטן אין איר שיל לכּבֿוד חנוכּה.

לויט אײַזענבאַך, האָבן די חב״ד־טוער געבראַכט קיין קובע כּמעט 2,000 פֿונט קליידער, רפֿואות, שיך און שפּאַנישע סידורים. אינעם יאָר 1998, האָבן די ליובאַוויטשער איבערגעגעבן, אַז זיי האָבן אימפּאָרטירט אויפֿן אינדזל זיבן טאָן כּשרע מאכלים. בײַם אָנהייב, האָבן די אָרטיקע ייִדן זיי וואַרעם אָנגענומען, בפֿרט די מתפּללים פֿון דער דערמאָנטער אָרטאָדאָקסישער שיל „עדת־ישׂראל‟. שפּעטער, האָט זיך אָבער אָנגעהויבן אַ מחלוקת צוליב אַ מאַן, וועלכן די קהילה האָט געבעטן צו בלאָזן דעם שופֿר ראָש־השנה, הגם זײַן מאַמע איז נישט קיין ייִדישע. מיט דרײַ יאָר צוריק, האָט חב״ד אָרגאַניזירט אַ פּורים־סעודה אין האַוואַנע. דוואָרין האָט געטענהט, אַז צענדליקער קינדער, וואָס האָבן זיך מגייר געווען דורך אַ קאָנסערוואַטיוון בית־דין, האָט מען אַהין נישט אַרײַנגעלאָזט. אײַזענבאַך האָט איבערגעגעבן, די קובאַנער רעגירונג איז געווויר געוואָרן וועגן דער אונטערנעמונג און האָט עס פֿאַרווערט.

די פּרעזידענטין פֿון „בית־שלום‟ האָט צוגעגעגעבן, אַז זי באַציט זיך פּערזענלעך מיט דרך־ארץ צו חב״ד. זי איז אָבער נישט צופֿרידן מיט דער ליובאַוויטשער טעטיקייט אין קובע און מיינט, אַז די שליחים קאָנען ברענגען אַ היזק מיט זייערע אומלעגאַלע אונטערנעמונגען. דערצו, האָט זי באַטאָנט, אַז די אָרטיקע ייִדן דאַרפֿן אַליין באַשליסן, וואָס צו טאָן, און מוזן נישט פֿאָלגן די כּללים פֿון אַן אויסלענדישער חסידישער קירובֿ־אָרגאַניזאַציע.