פֿאַרוואָס איז אין קובע נישטאָ קיין חב״ד?

Why Chabad Has No Presence in Cuba

אַלבערטאָ און רבֿקה משולם, די שטיצער פֿון חב״ד אין האַוואַנע
אַלבערטאָ און רבֿקה משולם, די שטיצער פֿון חב״ד אין האַוואַנע

פֿון דזשאָש טאַפּער (Forward)

Published February 19, 2015, issue of March 06, 2015.

אין דער דירה פֿון אַלבערטאָ און רבֿקה משולם הענגט אויף די ראָזעווע ווענט דער פּאָרטרעט פֿונעם ליובאַוויטשער רבין, מנחם־מענדל שניאורסאָן. אַן אַנדער פּאָרטרעט פֿונעם רבין הענגט לעבן דער פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון זייער זון, משה, וועלכער האָט זיך געלערנט במשך פֿון אַ צענדליק יאָר אין דער ליובאַוויטשער ישיבֿה אין בוענאָס־אײַרעס.

די משפּחה דינט ווי אומאָפֿיציעלע שטיצער פֿון חב״ד אין קובע. אין זייער שטוב, וואָס געפֿינט זיך אינעם רויִקן האַוואַנער ראַיאָן נועוואָ וועדאַדאָ, ברענגען זיי כּסדר אַרײַן די ליובאַוויטשער שליחים פֿון דרום־אַמעריקע, וואָס באַזוכט דעם אינדזל, כּדי צו פּראַווען די ייִדישע יום־טובֿים מיט די אָרטיקע ייִדן. רבֿקה משולם האָט באַטאָנט, איז איר היים איז דער „קובאַנער בית־חב״ד‟. קיין אָפֿיציעלע ליובאַוויטשער אָרגאַניזאַציע איז אָבער אינעם לאַנד נישטאָ.

צוליב דעם אַלטן מחלוקת מיט דער אָרטיקער ייִדישער קהילה, וואָס באַטרעפֿט בערך 1,500 נפֿשות, טאָרן די ליובאַוויטשער שליחים זיך מער נישט באַווײַזן אין דער שטאָטישער אָרטאָדאָקסישער שיל „עדת־ישׂראל‟. די גרעסטע סינאַגאָגע אין האַוואַנע, „בית־שלום‟, וואָס פֿאָלגט דעם קאָנסערוואַטיוון נוסח, טענהט, אַז די ליובאַוויטשער האָבן בכלל נישט קיין רעכט צו געפֿינען זיך אינעם לאַנד. די קריגערײַ גייט שוין אָן אַכט יאָר.

איינע פֿון די סיבות פֿונעם מחלוקת איז דער הויכער פּראָצענט פֿון געמישטע משפּחות צווישן די קובאַנער ייִדן. אינעם יאָר 1992, ווען די קובאַנער רעגירונג האָט אָפּגעשאַפֿן די באַגרענעצונגען פֿונעם רעליגיעזן לעבן אינעם לאַנד, האָבן הונדערטער קובאַנער זיך מגייר געווען. אַדעלאַ דוואָרין, די פּרעזידענטין פֿון „בית־שלום‟, האָט דערציילט, אַז די קאָנסערוואַטיווע ראַבינער האָבן באַזוכט דאָס לאַנד און דורכגעפֿירט דעם מאַסן־גיור. די ליובאַוויטשער רבנים אָנערקענען אָבער נישט די קאָנסערוואַטיווע גרים.

דוואָרין האָט געטענהט, אַז די ליובאַוויטשער שליחים דיסקרימינירן אַ טייל קובאַנער גרים און דערלאָזט זיי נישט צו באַטייליקן זיך אין זייערע פּראָגראַמען. שמעון אײַזענבאַך, דער דירעקטאָר פֿון דער ספּעציעלער אָרגאַניזאַציע מיטן נאָמען „די חב״ד־פֿרײַנד פֿון די קובאַנער ייִדן‟ (CFCJ), האָט באַשטעטיקט, אַז דאָס איז טאַקע אמת. די ליובאַוויטשער טענהן, אַז אַ טייל אָרטיקע קהילה־מיטגלידער זענען גויים און ווילן מיט זיי נישט האָבן צו טאָן.