(די 2 טע זײַט פֿון 2)
ס’איז באַוווּסט, אַז אַ צאָל ייִדישע זינגער און זינגערינס האָבן עמיגרירט פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, ווײַל מע האָט זיי ניט צוגעלאָזט צו דער טעלעוויזיע און צו גרויסע קאָנצערט־זאַלן. (אמת, אין אויסלאַנד האָבן זיי בדרך־כּלל אויך האָניק ניט געלעקט, אָבער דאָס איז שוין אַן אַנדער מעשׂה.) אַנדערש איז געווען קאָבזאָנס גורל. אים האָט זיך אײַנגעגעבן צו פֿאַרנעמען אַן אָרט אויף דעם „אָלימפּוס‟ פֿון דער סאָוועטישער מאַסן־קולטור. אַזאַ מזל האָט ער געהאַט צוליב זײַן טאַלאַנט און, בלי־ספֿק, צוליב די אייגנטימלעכקייטן פֿון זײַן נאַטור — ער האָט געקענט, און קען אַ פּנים נאָך אַלץ, זײַן אַ גוטער חבֿר, אַ בעל־טובֿה, אַ נאַש־בראַט.
גלײַכצײַטיק האָט ער אַלץ מער באַקומען אַן אימאַזש פֿון עפּעס אַ מאַפֿיע־טיפּ. אַ מין סאָוועטישער פֿרענק סינאַטראַ. מע האָט גערעדט וועגן זײַנע ניט זייער כּשרע געשעפֿטן. ער האָט זייער גוט פֿאַרדינט, און ווען מע האָט געדאַרפֿט, האָט ער זייער גוט געצאָלט. בשעת־מעשׂה, פֿלעגט ער זיך ניט אָפּזאַגן צו העלפֿן מענטשן. לסוף, איז ער געוואָרן אַ מין פּאַטריאַרך פֿון דער סאָוועטישער מוזיקאַלער מאַסן־קולטור.
די קלאַנגען, און מסתּמא ניט נאָר קלאַנגען, האָבן באַפֿאַרבט קאָבזאָנס אימאַזש אויך אין אויסלאַנד. ס’איז געווען אַ פֿאַל, ווען מע האָט אים ניט געוואָלט אַרײַנלאָזן אין ישׂראל. אַמעריקע איז פֿאַר אים פֿאַרמאַכט נאָך פֿון די 1990ער יאָרן. מיט אַ יאָר פֿינף צוריק האָב איך אין ברײַטאָן־ביטש געזען אַ מענטשן, וואָס איז געשטאַנען אויף אַ ראָג, לעבן דעם רוסישן סופּערמאַרק „באַזאַר‟, און האָט צונויפֿגעקליבן אונטערשריפֿטן פֿאַר אַ פּעטיציע, מע זאָל קאָבזאָנען אַרײַנלאָזן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. איך האָב עס ניט אונטערגעשריבן. אַ סבֿרא, אַז אין די הויכע אַמעריקאַנער פֿענצטער האָט מען דורכגעקוקט די דאָזיקע פּעטיציע און דערזען, אַז מײַן נאָמען איז דאָרטן ניט געשטאַנען; אַזוי צי אַזוי, אָבער קאָבזאָן האָט ניט געהאַט די זכיה צו קויפֿן מאכלים אין „באַזאַר‟
איצט וועט דער זינגער בענקען ניט בלויז נאָך אַמעריקע, נאָר אויך נאָך גאַנץ אייראָפּע. פּינקטלעכער, דער פֿאַראייניקטער אייראָפּע. קיין אַלבאַניע, אַ שטייגער, קען ער פֿאָרן. אַזוי האָט מען רעאַגירט אויף קאָבזאָנס הייסער שטיצע פֿון פּוטינס פּאָליטיק לגבי אוקראַיִנע. ניט צופֿעליק האָבן שוין אַ צאָל אוקראַיִנישע שטעט (און קאָבזאָן שטאַמט פֿון אוקראַיִנע און זינגט דווקא שיין אוקראַיִנישע לידער) אַנולירט די טיטלען, וואָס מע האָט אים אַמאָל צוגעטיילט פֿון אַן ערן־בירגער. בינו־לבינו, איז קאָבזאָן געוואָרן אַן „ערן־קאָנסול‟ פֿון דער „דאָנעצקער פֿאָלק־רעפּובליק‟, וואָס פֿירט אַ מלחמה פֿאַר אָפּטיילן זיך פֿון אוקראַיִנע. אַ ראָליע — אפֿשר די וויכטיקסטע, בײַם אַרײַנלייגט קאָבזאָנען אין אייראָפּעיִשן חרם — האָט געשפּילט זײַן אַרויסטרעטונג אין דאָנעצק און לוגאַנסק סוף אָקטאָבער 2014, ווען ער האָט ניט בלויז געזונגען, נאָר אויך חוזק געמאַכט פֿון דער אוקראַיִנישער רעגירונג. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס קאָבזאָן איז אַ מיטגליד פֿון דער רוסישער דומע, דאָס הייסט אַז זײַן זינגען טראָגט, און האָט תּמיד געטראָגן, פּאָליטישע נאָטעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.