איין טאָג נאָך דעם ווי איך האָב אָנגעשריבן דעם אַרטיקל יענע וואָך וועגן דער ליטווישער שפּראַך, וואָס איז אַזוי אַרכאַיִש, און וועגן איר נאָענטקייט צום אַלטן מקור פֿון די אינדאָ־אייראָפּעיִשע לשונות, האָב איך באַקומען די טרויעריקע ידיעה, אַז דער מענטש, וואָס האָט מיט מיר געלערנט די דאָזיקע געשיכטע, איז געשטאָרבן. דעם 5טן פֿעברואַר האָט פֿאַרמאַכט די אויגן דזשאָן קאָסטעלאָ, דער לאַנג־יאָריקער פּראָפֿעסאָר פֿאַר היסטאָרישער לינגוויסטיק בײַם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט. ער האָט דאָרט געלערנט זינט די 1960ער יאָרן, און האָט זיך ערשט פּענסיאָנירט דעם פֿאַרגאַנגענעם יולי. קאָסטעלאָ איז ניט בלויז געווען מײַן וויכטיקסטער לערער און מדריך אין די יאָרן, ווען איך האָב דאָרט שטודירט, ער איז אויך געווען — מײַן בעסטער פֿרײַנד. איך ווייס ניט, צי דאָס איז אַ ריינער צופֿאַל, צי ס׳איז אַ השגחה־פּרטית, אַז דער „פֿאָרווערטס‟ האָט אין דער זעלבער צײַט געדרוקט שלײַכערס מעשׂהלע אויף פּראָטאָ־אינדאָ־אייראָפּעיִש (זיכער צום ערשטן מאָל אין אַ ייִדישער צײַטונג!), וואָס קאָסטעלאָ האָט מיר דערציילט וועגן דעם חידוש מיט 17 יאָר צוריק.
באַקענט האָב איך זיך מיט פּראָפֿ׳ קאָסטעלאָ אין האַרבסט 1998, נאָך דעם ווי איך האָב פֿאַרבראַכט אַ טייל פֿונעם זומער אין ישׂראל — דעם זעלביקן זומער, ווען איך האָב זיך אויסגעלערנט ייִדיש, כּדי צו רעדן מיט מײַנע באָבע־זיידע דאָרט, וואָס האָבן ניט געקענט קיין ענגליש. אין דער צײַט האָב איך אויך אָנגעהויבן לייענען אַ ביסל אַלטדײַטשע ליטעראַטור, די שפּראַך פֿונעם 13טן י”ה, וואָס איז אין אַ געוויסער מאָס דער מקור סײַ פֿונעם מאָדערנעם דײַטש, סײַ פֿון אונדזער הײַנטיקן ייִדיש. (ייִדן און קריסטן אין דײַטשלאַנד האָבן דעמאָלט ניט גערעדט פּונקט דאָס זעלביקע לשון, אָבער זיי זײַנען געווען אָן אַ שיעור נעענטער ווי ייִדיש און דײַטש הײַנט). האָב איך געזוכט בײַ וועמען זיך צו לערנען אַלטדײַטש, ווײַל אין ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט זײַנען קיין קלאַסן אין דעם ניט געווען.
צופֿעליק האָב איך יענעם האַרבסט גענומען אַ קורס מיט פּראָפֿ’ קאָסטעלאָ, אַן אַרײַנפֿיר אין דער לינגוויסטיק, ממש פֿאַר אָנהייבער. ער איז געווען גוואַלדיק פּאָפּולער בײַ די סטודענטן, אַ דאַנק זײַן פֿרײַנדלעכקייט און וואַרעמקייט — מע האָט אים געזען ווי אַ מין „סאַנטאַ קלאַוס‟ — אָבער דער עיקר, ווײַל זײַן קלאַס איז געווען גרינג און ער האָט אויסגעטיילט גוטע צייכנס אַזוי ווי צוקערקעס. בײַם סוף פֿון יעדן קלאַס זײַנען שטענדיק געקומען סטודענטן שמועסן מיט אים, שטעלן פֿראַגעס, האָב איך אים איין מאָל געפֿרעגט, צי ער ווייסט בײַ וועמען איך וואָלט געקענט זיך לערנען אַלטדײַטש. קאָסטעלאָ האָט גלײַך גענומען רעציטירן אויף אויסנווייניק דעם אָנהייב פֿון אַ באַקאַנטן אַלטדײַטשן ראָמאַן — שטעלט זיך אַרויס, אַז ער איז אַליין אַ מומחה אין דעם געביט!
אַזוי האָב איך אָנגעהויבן קומען אויף קאָסטעלאָס אויפֿנעם־שעהען און געלערנט מיט אים פּריוואַט. ער איז געווען אַ באַריידעוודיקער, געקענט אָנרעדן פֿולע אויערן שעהען לאַנג וועגן כּלערליי זאַכן, וואָס זײַנען אַפֿילו ניט שייך. אַ סך האָט ער דערציילט וועגן די „אַלטע גוטע צײַטן‟, וועגן אַלט ניו־יאָרק, וועגן דעם אוניווערסיטעט, און וועגן דער לינגוויסטיק פֿון אַ מאָל. איך האָב עס ניט געוווּסט, אָבער דעמאָלט איז געווען פֿאַר אים אַ שווערע צײַט, ווײַל זײַן אייגענער מדריך, זײַן „דאָקטאָר־פֿאָטער‟, דער פֿריִערדיקער פּראָפֿעסאָר פֿון היסטאָרישער לינגוויסטיק, ראָבערט פֿאַוקס, איז געשטאָרבן אין אַן אויטאָ־אינצידענט און קאָסטעלאָ האָט זיך געדאַרפֿט פֿאַרנעמען מיטן עזבֿון און מיטן צוגרייטן אַ קאָנפֿערענץ לזכּרון אים.
ווען פֿאַוקס האָט שטודירט בײַם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט אין די 1930ער יאָרן, איז די שפּראַך פֿונעם לינגוויסטיק־אָפּטייל נאָך געווען דײַטש. מע האָט זיך געגריבלט אין די אַלטפֿרענקישע טעמעס פֿון 19טן יאָרהונדערט — די רעקאָנסטרוקציע פֿון פּראָטאָ־אינדאָ־אייראָפּעיִש, פֿאַרנעפּלטע עטימאָלאָגיעס פֿון טויטע שפּראַכן — אַזלעכע זאַכן, וואָס פֿאַראינטערעסירן זייער ווייניק הײַנטיקע לינגוויסטן אין אַמעריקע. פֿאַוקס און קאָסטעלאָ זײַנען ביידע געווען אינטעלעקטועלע דינאָזאַווערס, וואָס האָבן ניט געקענט שלום מאַכן מיט דער „נײַער‟ לינגוויסטיק, וואָס נועם כאָמסקי האָט אײַנגעפֿירט אין די 1950ער יאָרן. זיי זײַנען געווען שטענדיקע מיטגלידער פֿונעם „ניו־יאָרקער לינגוויסטן־קרײַז‟, וואָס האָט זיך לאַנג געשטעלט קעגן כאָמסקיס „אַפּיקורסות‟.
אַליין האָט קאָסטעלאָ געשריבן זײַן דיסערטאַציע וועגן דער אַלטפֿריזישער שפּראַך — פֿריזיש איז אַ לשונדל אַזאַ, אַ נאָענטער קרובֿ צו ענגליש, וואָס מע רעדט נאָך אין טיילן פֿון האָלאַנד און צפֿון־דײַטשלאַנד בײַם ברעג ים. אויף וויפֿל איך ווייס, איז ניטאָ קיין שיינע ליטעראַטור אויף אַלטפֿריזיש און די גראַמאַטיק איז אַ ווילדער מיש־מאַש פֿון פֿאַרשיידענע פֿאָרמעס; דערפֿאַר איז די שפּראַך ווייניק אויסגעפֿאָרשט און עס לאָזט זיך נאָך שרײַבן חידושים וועגן איר.
קאָסטעלאָ איז אויך אָפֿט געפֿאָרן קיין פּענסילוועניע, כּדי צו פֿאָרשן דאָס „פּענסילוועניער דײַטש‟ פֿון דער דאָרטיקער אַמיש־באַפֿעלקערונג. אַזוי ווי אונדזערע חסידים, רעדן די אַמיש־דײַטשן אַ לשון, וואָס איז שטאַרק אויסגעמישט מיט ענגליש, דער עיקר־חילוק באַשטייט אין דעם, וואָס זיי זײַנען געקומען אַ סך פֿריִער קיין אַמעריקע, אין 18טן י”ה, איז די ענגלישע השפּעה בײַ זיי נאָך שטאַרקער. קאָסטעלאָ האָט געהאַלטן, אַז די פֿאַרענגלישונג פֿונעם אַמיש־דײַטש איז ניט אַ סימן פֿון אונטערגאַנג, נאָר פֿאַרקערט: עס ווײַזט, אַז די שפּראַך האַלט זיך און גיט זיך אַן עצה מיט דער הילף פֿון נײַע ווערטער, געבאָרגט פֿונעם שכן. איר צוקופֿנט איז דערווײַל זיכער, ווײַל די אַמיש־דײַטשן זײַנען פּונקט אַזוי פֿרוכפּערדיק ווי אונדזערע חסידים. (גאָר אַן אינטערעסאַנטן דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן זיי קען מען זען דאָ.)
דאָס לעצטע מאָל האָב איך געזען פּראָפֿ’ קאָסטעלאָ מיט אַן ערך דרײַ יאָר צוריק, ווען איך בין געקומען זיך האַלטן אַן עצה מיט אים וועגן מײַן דיסערטאַציע־טעמע. קיין גרויסער ייִדיש־ספּעציאַליסט איז ער אַוודאי ניט געווען, כאָטש ער האָט יונגערהייט זיך אויסגעלערנט צו לייענען די אותיות און ער האָט געוווּסט אַ פּאָר אויסדרוקן און ווערטלעך, וואָס ער האָט אַ מאָל גענאַשט בײַ די אַלטע ייִדן אין זײַן אָפּטייל. (דער ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט האָט אַ מאָל געהאַט אַ שטאַרקערן ייִדישן כאַראַקטער ווי הײַנט; מע האָט זיך אַפֿילו געוויצלט, אַז ער הייסט ניט NYU, נאָר NYJew.) אָבער קאָסטעלאָ האָט געוווּסט אַ סך וועגן דעם קאָנטעקסט פֿון דער אַרבעט פֿון די אַמאָליקע ייִדישע לינגוויסטן; ער איז אַליין געווען אַ רעדאַקטאָר פֿונעם לינגוויסטיק־זשורנאַל Word (וואָרט), וואָס אוריאל ווײַנרײַך האָט רעדאַקטירט אין די 1950ער יאָרן, און ער האָט אַררויסגעגעבן אַ ספּעציעלן נומער וועגן דער געשיכטע פֿונעם „לינגוויסטן־קרײַז‟.
ווי עס טרעפֿט זיך אַ מאָל, זײַנען קאָסטעלאָס לעצטע יאָרן, אַ פּנים, ניט געווען קיין פֿריילעכע. צוליבן אַרטריט איז ער אַרומגעגאַנגען אויף קוליעס, געדאַרפֿט פֿאָרן צו דער אַרבעטן מיט אַ ספּעציעלן אַליזירטן אויטאָ. אויך אַז קאָסטעלאָ האָט זיך צעקריגט מיט די אַנדערע רעדאַקטאָרן פֿונעם זשורנאַל. די מאַנוסקריפּטן פֿאַרן איצטיקן נומער פֿון „וואָרט‟ האָט ער, ווײַזט אויס, צעשטערט, און מע האָט געדאַרפֿט רעקאָנסטרויִרן די טעקסטן; דער נײַער נומער גייט אַרויס מיט אַ גרויסער פֿאַרשפּעטיקונג.
ס׳איז ניטאָ קיין ספֿק, אַז פּראָפֿ’ קאָסטעלאָ איז שטענדיק געווען אַ ביסל אַ טשודאַק, אַז ס׳איז בײַ אים לויז געווען אַ שרײַפֿל אין אייבערשטיבל. אין דער וויסנשאַפֿט איז ער אויך ניט געווען פֿון די גדולי־הדור, ער האָט פּובליקירט רעלאַטיוו ווייניק ביכער און אַרטיקלען אין משך פֿון זײַן לאַנגער קאַריערע. אָבער ער איז געווען אַ האַרציקער מענטש, אַ גוטער פֿרײַנד, און אַן אינספּיראַציע פֿאַר אַ סך סטודענטן אין משך פֿון איבער 40 יאָר. פֿאַר זיך אַליין קען איך זאָגן, אַז דאָס וואָס איך פֿאָרש און שרײַב הײַנט, איז אין אַ גרויסער מאָס געקומען דורך אים, און דערפֿאַר קומט אים אַ דאַנק. אַ דאַנק, פּראָפֿ’ קאָסטעלאָ!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.