עס זײַנען אַ מאָל געווען אַזעלכע „שרעקלעכע‟ ייִדישע ווערטער: „יעווסעקציע‟ און „יעווסעק‟. מע האָט זיי גענוצט אויך ווי זידלווערטער — אין אַנטי־קאָמוניסטישע פּובליקאַציעס. אַ סך זאַכן האָט מען זיי ניט געקענט מוחל זײַן. קודם־כּל, די קאָמוניסטישע אידעאָלאָגיע זייערע. און דערצו זײַנע געווען אַ סך „קלייניקייטן‟: זייער קאַמף מיט ייִדישע טראַדיציעס, סײַ רעליגיעזע, סײַ וועלטלעכע.
געשטאַמט האָבן די דאָזיקע באַגריפֿן „יעווסעקציע‟ און „יעווסעק‟ פֿון רוסיש און מיינען האָבן זיי געמיינט: „יעווסעקציע‟ — ייִדישע סעקציע בײַ דער סאָוועטישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, און די „יעווסעקן‟ זײַנען געווען מענטשן, וואָס האָבן געפֿירט זייער טעטיקייט אין אָט די סעקציעס. Evsektsiia אין דער אמתן, איז געווען ניט איין סעקציע, נאָר אַ צאָל אַזעלכע סטרוקטורן בײַ דער פּאַרטיי. די זאַך איז, אַז ס’איז באַשלאָסן געוואָרן, אפֿשר דורך לענינען אַליין, אַז די פּאַרטיי וועט אָפּגעשוואַכט ווערן, אויב זי וועט האָבן באַזונדערע, היעראַרכיש־פֿאַרבונדענע נאַציאָנאַלע אָפּטיילן.
דערפֿאַר זײַנען די ייִדישע סעקציעס געווען צעוואָרפֿן בײַ פֿאַרשיידענע סעגמענטן פֿון דער פּאַרטיי גופֿא: אַ סעקציע בײַם צענטראַלן קאָמיטעט, סעקציעס בײַ רעפּובליקאַנישע קאָמיטעטן וכ’. למשל, די „יעווסעקציע‟ בײַ דער פּאַרטיי־אָנפֿירונג פֿון אוקראַיִנע איז געווען דירעקט אונטערגעוואָרפֿן דער דאָזיקער אָנפֿירונג און ניט דער „יעווסעקציע‟, וואָס איז געזעסן אין מאָסקווע, בײַם צענטראַלן קאָמיטעט. אינטערעסאַנט, אַז אַזאַ סטרוקטור איז שפּעטער געווען אויך בײַ די סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער: די סעקציעס בײַ די שרײַבער־פֿאַראיינען פֿון אוקראַיִנע און ווײַסרוסלאַנד זײַנען ביוראָקראַטיש־היעראַרכיש ניט געווען דירעקט פֿאַרבונדן מיט דער מאָסקווער סעקציע. אין ביידע פֿאַלן איז דער געדאַנק געווען דער זעלבער, דהײַנו: ניט צו געבן די ייִדישע קאָמוניסטן צי ייִדישע שרײַבער קיין מעגלעכקייט צו שאַפֿן שטאַרקע אָרגאַניזאַציאָנעלע פֿאַרבינדונגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.