די ראָלע און טראַגעדיע פֿון די ייִדן־סעקציעס

The Role and Tragedy of the "Jewish Sections"

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published February 25, 2015, issue of March 20, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

דער פֿאַקט אַליין פֿון קומען צום באַשלוס וועגן אָרגאַניזירן „יעווסעקציעס‟ (געשען איז עס אין יאָר 1918) האָט געוויזן, אַז די באָלשעוויסטישע פּאַרטיי־אָנפֿירונג איז גרייט געווען צו ווײַזן אַ געוויסע בייגעוודיקייט. דאָס איז דאָך, אין תּוך אַרײַן, געווען אַן אָפּנייג פֿון דעם אײַזערנעם באָלשעוויסטישן פּרינציפּ — ניט צו צעברעקלען די פּאַרטיי אויף פֿעדעראַציעס און אַנדערע מינים אויטאָנאָמע קהילות. דאָך, האָבן די „יעווסעקציעס‟ אויסגעזען ווי אַ גוטער אופֿן צו געבן אַ לינגוויסטיש און קולטורעל באַקוועמען ווינקל פֿאַר ייִדיש־רעדנדיקע לײַט, וואָס האָבן געוואָלט זיך אַרײַנגיסן אין דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי (די באָלשעוויקעס האָבן זיך נאָך דער רעוואָלוציע אַלץ מער גערופֿן קאָמוניסטן).

אַ סצענע פֿון דער פּיעסע „חדר” אויף אַן אנטי־רעליגיעזער טעמע, אין דעם ווײַסרוסישן ייִדישן מלוכה־טעאַטער, מינסק, 1920—1930ער יאָרן
אַ סצענע פֿון דער פּיעסע „חדר” אויף אַן אנטי־רעליגיעזער טעמע, אין דעם ווײַסרוסישן ייִדישן מלוכה־טעאַטער, מינסק, 1920—1930ער יאָרן

דאָ מוז מען אונטערשטרײַכן, אַז די ייִדישע סעקציעס זײַנען געווען ניט פֿאַר אַלע ייִדן, נאָר בלויז פֿאַר אַזעלכע, וואָס האָבן אַזוי אָדער אַנדערש ניט געקענט (צי ניט געוואָלט) ווערן מיטגלידער אין די אַלגעמיינע — רוסיש־ צי, למשל, אוקראַיִניש־רעדנדיקע — פּאַרטיי־אָרגאַניזאַציעס. נאָך מער: מע האָט געקוקט קרום, טאָמער די „יעווסעקן‟ פֿלעגן אַרויסווײַזן צו פֿיל אינטערעס צום פֿירן אַן אַרבעט ניט אויף ייִדיש. אין אַזאַ אינטערעס האָט מען אײַנגעזען „אַלאַרמירנדיקע סימנים פֿון ייִדישן נאַציאָנאַליזם‟. מע האָט עס געטײַטשט אַזוי: איין זאַך, ווען מע מוז פֿירן די אַרבעט אויף ייִדיש, און גאָר אַן אַנדער זאַך, ווען מען פֿירט אַ כּלל־טעטיקייט צווישן אַלע מינים ייִדן. אַקולטורירטע ייִדן האָבן געמוזט וואָס גיכער ווערן אַ טייל פֿון דער אַלגעמיינער סאָוועטישער געזעלשאַפֿט.

די „יעווסעקציעס‟ האָבן געפֿירט זייער אַרבעט אין צוויי ריכטונגען: קודם־כּל, האָבן זיי רויִנירט דאָס עקזיסטירנדיקע ייִדישע לעבן, באַזונדערס, די אָרגאַניזאַציאָנעלע פֿאָרמען פֿון דעם דאָזיקן לעבן. גלײַכצײַטיק, האָבן זיי געבויט סאָוועטישע פֿאָרמען פֿון ייִדישער טעטיקייט. הקיצור, מע האָט עס אַלץ געטאָן אַזוי, ווי עס זינגט זיך אין דעם קאָמוניסטישן (און די ערשטע 25 יאָר נאָך דער רעוואָלוציע — סאָוועטישן) הימען „אינטערנאַציאָנאַל‟:

די וועלט פֿון גוואַלדטאַטן און לײדן
צעשטערן וועלן מיר, און דאַן —
פֿון פֿרײַהייט, גלײַכקייט אַ גן־עדן
באַשאַפֿן וועט דער אַרבעטסמאַן.