(די 2 טע זײַט פֿון 3)
די „נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש אין מדינת־ישׂראל‟ האָט לעצטנס אַנאָנסירט אויף איר „פֿייסבוק‟־זײַטל, אַז מע וועט אַוועקגעבן טויזנטע ייִדישע ביכער אומזיסט אין תּל־אָבֿיבֿ צוליב דעם, וואָס די ביבליאָטעק בײַם קולטור־צענטער „בית־אריאלה‟ וויל האָבן מער אָרט אין זײַן סקלאַד. מע וועט צעטיילן די ביכער דינסטיק, דעם 3טן מאַרץ און מיטוואָך, דעם 4טן מאַרץ, פֿון 10 אַ זייגער אין דער פֿרי ביז 2 אַ זייגער נאָך מיטאָג.
קריסטאַ וויטני, די דירעקטאָרשע פֿונעם „פּראָיעקט פֿון געשיכטע בעל־פּה א׳׳נ פֿון וועקסלער‟ בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ וועט האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דעם פּראָיעקט. בעת דער פּראָגראַם וועט מען ווײַזן אויסצוגן פֿון אינטערוויוען און זי וועט דערקלערן די פֿאַרשידענע אופֿנים, ווי אַזוי און פֿאַר וואָס די הײַנטיקע מענטשן געבן איבער די ייִדישע קולטור פֿון דור צו דור.
די פּראָגראַם, אויף ענגליש, וועט פאָרקומען דינסטיק, דעם 3טן מאַרץ, 3 אַ זייגער נאָכמיטאָג בײַם „מוזיי פֿון ייִדישער ירושה‟ אין מאַנהעטן. דער אײַנרטיט איז פֿרײַ, אָבער מע דאַרף זיך רעזערווירן אַן אָרט פֿון פֿריִער.
נאָך אינפֿאָרמאַציע: //www.yiddishbookcenter.org/events/15/03/nyc-event-story-behind-stories.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.