(די 3 טע זײַט פֿון 3)
די „ייִדיש־פֿאַרם‟ אין גושן, ניו-יאָרק האָט לעצטנס אַנאָנסירט אַ נײַע אולפּן־פּראָגראַם, פֿאַר וועלכער די סטודענטן וועלן קענען באַקומען אַן אַקאַדעמישן קרעדיט דורך „גרעץ־קאָלעדזש‟. די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען אין צוויי סעסיעס, פֿונעם 16טן ביזן 20סטן מאַרץ און פֿונעם 23סטן ביזן 27סטן מאַרץ. די סטודענטן וועלן פֿאַרענדיקן אַ גאַנץ לערנבוך און אויך אויסלערנען זיך 20 ייִדישע לידער. במשך פֿון דער פּראָגראַם וועלן די סטודענטן אַרבעטן אויף דער פֿאַרם און געניסן פֿון קולטורעלע אַקטיוויטעטן.
רעגיסטראַציעס וועלן אָנגענומען ווערן ביזן 9טן מאַרץ. מע קען אויך אָנגעבן אויף סטיפּענדיעס, וואָס וועלן דעקן אַ טייל פֿון די הצואות. נאָך אינפֿאָרמאַציע: https://yiddishfarm.org/springprogram.html.
יעדעס יאָר קומען פֿאָר אינטענסיווע זומער־פּראָגראַמען אין ייִדישער שפּראַך און קולטור איבער דער וועלט. די באַקאַנסטע פּראָגראַמען זענען די, וואָס קומען פֿאָר שוין לאַנגע יאָרן אַזוי ווי די פּראָרגראַמען אין ניו־יאָרק (ייִוואָ), אַמהערסט (דער ייִדישער ביכער־צענטער), תּל־אָבֿיבֿ (תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט), ווילנע (ווילנער ייִדישער אינסטיטוט), וואַרשע (שלום־פֿונדאַציע) און אַזוי ווײַטער. נאָך די באַקאַנטע לאַנג־יאָריקע זומער־פּראָגראַמען, קומען אָפֿט פֿאָר אַנדערע ייִדיש־קורסן ווי אַ טייל פֿון אַ ברייטערער סעריע שפּראַך־קורסן אין אַן אוניווערסיטעט, וואָס לערנט אַ סך פֿאַרשידענע שפּראַכן אונטער איין אַקאַדעמישן דאַך במשך פֿונעם זומער.
הײַיאָר וועט דער „שיקאַגער אוניווערסיטעט‟ לערנען ייִדיש אויף אַן אינטענסיוון אופֿן, ווי אַ טייל פֿון זײַן „זומערדיקן שפּראַך־אינסטיטוט‟. די קלאַסן, פֿאַר אָנהייבער, וועט לערנען שׂרה „סאָני‟ יודקאָף פֿונעם 22סטן יוני ביזן 31סטן יולי. די קלאַסן וועלן פֿאָרקומען יעדן טאָג פֿון 9 אַ זייגער אין דער פֿרי ביז 11:50 פֿאַר מיטאָג און פֿון 1:00 אַ זייגער נאָכמיטאָג ביז 2:20 נאָכמיטאָג.
נאָך אינפֿאָרמאַציע: //summerlanguages.uchicago.edu/page/yiddish-0.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.