(די 2 טע זײַט פֿון 2)
שטודיעס ווײַזן, אַז קאַנאַביס פֿאַרגרינגערט ווייטיקן, אַנגסטן און מיגל־געפֿילן בײַ פּאַציענטן פֿון „איידס‟, ראַק און אַנדערע קראַנקייטן. אין ישׂראל, וואָס איז ממש אַ וועלטפֿירער פֿון מעדיצינישער מאַריכואַנע, קענען די פּאַציענטן עס שוין באַקומען מיט אַ הכשר.
צוליב די בולטע געזונט־מעלות פֿון מאַריכואַנע, וועט דער „אָו־יו‟ „נישט האָבן קיין פּראָבלעם צו געבן אַ הכשר‟ פֿאַר מעדיצינישער מאַריכואַנע, האָט עלעפֿאַנט באַמערקט. הגם מאַריכואַנע איז אַ געוויקס, און פֿאַר געוויקסן דאַרף מען נישט קיין הכשר, טאָרן די פּאַציענטן אין ניו־יאָרק נישט רייכערן די בלעטער; זיי מעגן עס בלויז אײַננעמען דורך פּילן, שפּײַזן אָדער געטראַנקען — און אַזוינע פּראָדוקטן מוזן שוין יאָ קריגן אַ הכשר.
וואָס שייך דעם אײַננעמען מאַריכואַנע ווי אַ פֿאַרווײַלונג־מיטל, שטעלן זיך אָבער ס׳רובֿ אָרטאָדאָקסישע רבנים קעגן, ציטירנדיק די תּשובֿה פֿון הרבֿ משה פֿײַנשטיין ע״ה מיט 40 יאָר צוריק, וועלכער האָט געטענהט, אַז מאַריכואַנע שאַט דעם געזונט און אַז בשעת מע רייכערט עס, פֿאַרלירט מען די פֿיזישע און גײַסטיקע דיסציפּלין. אַרטור קורצווײַל, אַ ייִדישער פּעדאַגאָג און דער מחבר פֿון אַ בוך וועגן דעם אָנגעזעענעם רבֿ עדין שטײנזאַלץ, שרײַבט, אַז שטײנזאַלץ האָט אַ מאָל געזאָגט, אַז דער הויפּט־ענין בײַ מאַריכואַנע איז די שאלה, „ווער איז דער באַלעבאָס, און ווער איז דער שקלאַף‟.
„אויב איר זענט דער באַלעבאָס — איז גוט,‟ האָט שטיינזאַלץ געזאָגט. „אויב איר זענט דער שקלאַף, זענט איר אָבער אויף גרויסע צרות — מאַכט נישט אויס צי דער ’באַלעבאָס‘ איז קאַווע, פֿיזישע געניטונגען אָדער תּורה־לערנען.‟
הגם קורצווײַל האָט אויסגעטײַטשט שטיינזאַלצס זאָג ווי אַ פּסק, אַז מאַריכואַנע דאַרף נישט זײַן פֿאַווערט, טײַטשט אַ חב״ד וועבזײַט עס אויס פּונקט פֿאַרקערט: אַז שטײַנזאַלץ האַלט, אַז מאַריכואַנע דאַרף יאָ זײַן פֿאַרווערט.
דער Forward האָט זיך געוואָנדן צו הרבֿ שטיינזאַלץ אַליין, אָבער ביז דער צײַט פֿון פּובליקירן דעם אַרטיקל, האָט ער נאָך נישט געהאַט געענטפֿערט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.