דער ייִדישער „קונסט־טריִאָ‟

The Yiddish Art Trio

פֿון רעכטס: בנימין פֿאַקס־ראָזען, פּאַטריק פֿאַרעל און מײַקל ווינאָגראַד
פֿון רעכטס: בנימין פֿאַקס־ראָזען, פּאַטריק פֿאַרעל און מײַקל ווינאָגראַד

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published February 26, 2015, issue of March 20, 2015.

ווי פֿינצטער איז לעבן ים בײַ נאַכט,
ווי אומעטיק איז דער ברעג,
עס ליגט דער ים פֿאַרטראַכט
אי אומעטיק, אי גרויס,
עס בלישטשעט קוים דאָס זאַמד,
ס’זינגט ערגעץ אויפֿן ברעג;
“ס’איז ערגעץ אין ווײַטן לאַנד
פֿאַראַן אַזאַ גליק אַ גרויס.
נאָר ס’איז ווײַט דער וועג”.
(„בײַם ים בײַ נאַכט”, ציליע דראַפּקין)

ווען מע הייבט אָן אַ רעקאָרדירונג מיט אַזאַ שטימונג־ליד ווי דראַפּקינס, און די מעלאָדיע וואָס מע האָט געשאַפֿן צום ליד, איז אַ פּאַמעלעכע ווי אַ טראַנס, איז אַ סימן, אַז דער אַנסאַמבל באַציט זיך אַנדערש צום ייִדישן לידער־אוצר, ווי ס’רובֿ קאַפּעליעס הײַנט. עס גייט נישט אָן דער גרופּע צי מע זינגט מיט, צי מע זאָל מיטטאַנצן — עס גייט אין זיך גוט צוהערן און זיך אַרײַנטיפֿן אין דער מוזיק, אינעם ליד.

סוף 2014 איז אַרויס דאָס ערשטע קאָמפּאַקטל פֿון דער גרופּע „דער ייִדישער קונסט־טריִאָ‟ [Yiddish Art Trio], אַ זאַמלונג, וואָס באַשטייט כּמעט אין גאַנצן פֿון אָריגינעלע קאָמפּאָזיציעס פֿון די דרײַ מוזיקער בנימין פֿאַקס־ראָזען, מײַקל ווינאָגראַד און פּאַטריק פֿאַרעל. יעדערער פֿון די דרײַ האָט שוין פֿון פֿריִער געמאַכט אַ רושם אויף דער קלעזמערישער גאַס סײַ באַזונדער, סײַ צוזאַמען.

פֿאָקס־ראָזען, דער באַסיסט און זינגער באַטייליקט זיך אין פֿאַרשיידענע גרופּעס, נאָר, לעצטנס, האָט ער זיך קונה־שם געווען מיט זײַנע נײַע קאָמפּאָזיציעס צו געבירטיגס לידער, וואָס זענען אַרויס אויפֿן קאָמפּאַקטל „צוויי וועלטן‟ [Two Worlds: The Poetry of Mordechai Gerbirtig]. זײַנע געבירטיג־לידער זענען מאָדערנע שאַפֿונגען, נישט געשאַפֿן געוואָרן אונטער אַ טראַדיציאָנעלער ייִדישער מוזיקאַלישער השפּעה. יענע רעקאָרדירונג האָט געוויזן, אַז פֿאָקס־ראָזען איז אַ טייל פֿון אַ הײַנטצײַטיקן אַוואַנגאַרד קאָמפּאָזיטאָרן פֿון ייִדישע לידער, וועלכע זוכן אויס מאָדערניסטישע טעקסטן פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע, און באַמיִען זיך צו שאַפֿן פּאַסיקע מאָדערניסטישע מעלאָדיעס. מע קען אין דער גרופּע אַרײַננעמען אַלען בערן פֿון דײַטשלאַנד, און „די גויים‟ פֿון ווין (די גרופּע, צום באַדויערן, עקזיסטירט מער נישט) צווישן אַנדערע. פֿאָקס־ראָזענס ערשטע רעקאָרדירונג — „טיק־טאַק‟ — האָט אַרײַנגענומען פֿאָלקסלידער און טעאַטער־לידער, וואָס ער זינגט מיט טעם.

אויף דעם קאָמפּאַקטל פֿון „דער ייִדיש קונסט־טריִאָ‟ האָט פֿאָקס־ראָזען קאָמפּאָנירט צוויי לידער פֿון ציליע דראַפּקין, און פֿאַרענדיקט די רעקאָרדירונג מיטן טעאַטער־ליד „די רביצין‟ („אוי, איז דאָס אַ רביצין‟). דער נוסח וואָס ער זינגט, איז מער „סאַלאָן־פֿעיִק‟, ווי דער נוסח וואָס איך געדענק.

דער צווייטער מוזיקער, מײַקל ווינאָגראַד, איז אָנערקענט ווי צווישן די בעסטע קלעזמער־קלאַרנעטיסטן, און איז געוואָרן אַן אמתער בקי אין די טראַדיציאָנעלע קלאַנגען פֿון זײַן אינסטרומענט. אָבער אין דער זעלבער צײַט איז ער אַ בעלן צו שאַפֿן נײַע מעלאָדיעס צו דער ייִדישער פּאָעזיע, ווי אויך לענגערישע דזשעז־קלעזמערישע סוויטעס, ווי אין זײַן רעקאָרדירונג „שטורעם־שפּיל‟ [Storm Game] אין 2012. זײַן „טאַראַס באַנד‟ לעבט אויף דעם אַמעריקאַנער קלעזמער־סטיל פֿונעם קלאַרנעטיסט דייוו טאַראַס. אויפֿן נײַעם קאָמפּאַקטל פֿונעם טריִאָ האָט ער בײַגעשטײַערט מיט אַן אָריגינעלן „זשאָק‟.

צו פֿאַרשרײַבן די צאָל מוזיקער, מיט וועלכע עס שפּילט דער אַקאָרדיאָניסט פּאַטריק פֿאַרעל, וואָלט געפֿאָדערט אַ לענגער שטיקל פּאַפּיר. אָבער אַז ער שאַפֿט אויך נײַע קלעזמער־קאָמפּאָזיציעס און מעלאָדיעס צו ייִדישער פּאָעזיע, געפֿינט מען אויס ערשט אויף דעם קאָמפּאַקטל פֿון „דער ייִדישער קונסט־טריִאָ‟. דאָ הערט מען סײַ זײַנע שאַפֿונגען אינעם טראַדיציאָנעלן סטיל („שער‟, „כּלה באַזעצנס‟ און אַ ווערק אין דרײַ טיילן וואָס הייסט „זיבן חדשים אַוועק פֿון דער היים‟), סײַ אַ לענגערע מאָדערנע קאָמפּאָזיציע, „אַזאַ פֿרייד‟ — צו די ווערטער פֿון רחל פֿישמאַן. דאָס ליד האָט בלויז זעקס שורות, אָבער אין דער 6־מינוטיקער פֿאָרשטעלונג האָט יעדער פֿון די דרײַ אינעם טריִאָ אַ געלעגנהייט אויסצופֿאָרשן די מעלאָדיע און שטימונג מיט אַן אימפּראָוויזאַציע.

אין פֿאָקס־ראָזענס שאַפֿונג, „ווען דו האָסט שטיל‟, ווערטער פֿון ציליע דראַפּקין, הערט מען, אַז דער „ייִדישער קונסט־טריִאָ‟ האָט אויך ווי אַ ציל ממשיך צו זײַן די ייִדישע קונסטליד־טראַדיציע, וואָס האָט געהאַט אַזוינע מײַסטערס ווי לאַזאַר ווײַנער, וולאַדימיר חפֿץ, סאָלאָמאַן גאָלוב און אַזוי פֿיל אַנדערע. דאָס אַרײַננעמען לייוויקס און שלום סעקונדעס ליד „אייביק‟ פֿונעם אַלטן קונסטליד־רעפּרטואַר פֿאַרבינדט דעם נעכטן מיטן הײַנט.

פֿונעם נאָמען פֿון דער גרופּע אַליין — „דער ייִדישער קונסט־טריאָ‟ — פֿאַרשטייט מען שוין, אַז די דרײַ מוזיקער ווילן אויפֿלעבן אַ צווײַג פֿונעם ייִדישן רעפּערטואַר, וואָס איז צום טייל פֿאַרגעסן געוואָרן במשך פֿון דער קלעזמער־אויפֿלעבונג. נו, כּדי דאָס צו דערגרייכן, דאַרף מען, קודם־כּל, האָבן אַ קול, גוט קענען ייִדיש און האָבן אַ פֿאַרשטאַנד לגבי דער פּאָעזיע און דעם זשאַנער פֿון קונסטליד. די דרײַ מוזיקער זענען גרויסע טאַלאַטן מיט אַ חשק צו ווײַזן דער וועלט אַן אַנדער זײַט פֿון דער מאָדערנער ייִדישער מוזיקאַלישער טראַדיציע.