בדרך־כּלל קוק איך ניט אַרײַן אין די נײַעס פֿון ביראָבידזשאַנער לעבן. כ’בין קיין מאָל ניט געווען אין דעם ווײַט־מיזרחדיקן עק פֿון רוסלאַנד, און האָב ניט קיין שום נאָסטאַלגישע צי אַנדערע געפֿילן צו אָט דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט.
אָבער אין די לעצטע טעג האָבן די נײַעס פֿון און וועגן ביראָבידזשאַן זיך אַליין אַרײַנגעריסן אין דער הויפּט־שטראָמיקער כראָניק פֿון געשעענישן. דעם 19טן פֿעברואַר האָט מען אַרעסטירט דעם מייאָר פֿון דער שטאָט. מע באַשולדיקט אים אין דורכפֿירן אַ „לינקן‟ געשעפֿט. דעם 22סטן פֿעברואַר האָט אַ נײַער מענטש, מיטן נאָמען אַלכּסנדר לעווינטאַל, פֿאַרנומען די גובערנאַטאָר־שטעלע פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט. די פּרעסע טענהט, אַז דער פֿריִערדיקער גובערנאַטאָר האָט ניט באַרעכטיקט די האָפֿענונגען פֿון מאָסקווע.
אַ סבֿרא, אַז דער מצבֿ אין דער געגנט איז ניט פֿון די בעסטע. דאָס זעט מען אַפֿילו אין דעם דעמאָגראַפֿישן בילד: אין די פֿריִע 1990ער יאָרן האָבן דאָרטן געוווינט בערך 220 טויזנט תּושבֿים, אָבער הײַנט־צו־טאָג האָט די זעלבע געגנט אין גאַנצן 168.5 טויזנט נפֿשות. די באַפֿעלקערונג איז געוואָרן שיטערער אויך אין דער שטאָט ביראָבידזשאַן גופֿא: פֿון 85 טויזנט נפֿשות ביז 75 טויזנט. „נאַטירלעכע‟ פּראָצעסן גיבן ניט אַזאַ סטאַטיסטיק. דאָס הייסט, אַז ניט נאָר מע שטאַרבט אין דער שטאָט און אין דער געגנט, בפֿרט נאָך, אַז קיין כאָלערע איז דאָרטן, דאַכט זיך, ניט געווען, נאָר מע פֿאָרט אויך אַוועק. אמת, הערט זיך לעצטנס, אַז אַהין האָבן זיך דערקליבן — אָדער מע האָט פּשוט געבראַכט — אייניקע פּליטים פֿון אוקראַיִנע. צוריק גערעדט, וועלן די עטלעכע הונדערט לײַט דעם מצבֿ ניט בײַטן.
די ייִדישע סטאַטיסטיק איז אין יענע כּמו־ייִדישע מקומות אויך אַ טרויעריקע, דהײַנו: בלויז איין פּראָצענט היגע תּושבֿים האָבן זיך אידענטיפֿיצירט ווי ייִדן בעת דער לעצטער ציילונג. דאָס הייסט, אַז אַ מנין וועט אַלכּסנדר לעווינטאַל נאָך קענען צונויפֿקלײַבן, אָבער אין אַלגעמיין זעט אויס מאָדנע די „ייִדישקייט‟ פֿון דער געגנט, וועלכע האָט פֿאַראַיאָרן פֿײַערלעך אָפּגעמערקט איר 80סטן יוביליי. (זעט //blogs.yiddish.forward.com/vayter/178598/the-jewish-autonomous-region-turns-80/?)
אין דער אמתן, איז אַזוי תּמיד געווען: ייִדן זײַנען אין די אַלע יאָרן פֿונעם ביראָבידזשאַנער עקספּערימענט פֿאַרבליבן אַ מיעוט. אָבער אַזוי שוין גאָר אויפֿן שפּיץ מעסער — איין פּראָצענט! — איז דער חלק ייִדן געווען אפֿשר נאָר אין דעם סאַמע אָנהייב, ווען די ערשטע איבערוואַנדערער זײַנען אָנגעקומען אין דער אויסרײַסעניש צו בויען אַ ייִדישע רעפּובליק (אַזוי האָט דער ציל דעמאָלט אויסגעזען).
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.