אויף ייִדיש זאָגט מען: מיידאָף האָט זיך עס „כּשר פֿאַרדינט‟!

How to Say “Madoff Deserved It!” in Yiddish


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published February 27, 2015, issue of March 20, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

בײַ אונדז ייִדן האָט מען זיך נישט גערופֿן לויטן דײַטשן „הער‟, און נישט לויטן אַמעריקאַנער „מיסטער‟. בײַ אונדז האָט מען געזאָגט ר’ (רעב) שׂימחה פּלאַכטע, ר’ משה זוך מיך און ר’ יונה פֿערולקעס.

אַ פֿרוי האָט אפֿילו נישט זוכה געווען צו האָבן אַן אייגענעם סובסטאַנטיוו, זעט אויס, אַז זי האָט זיך עס נישט פֿאַרדינט, סײַדן ווען זי האָט געהאַט אַ מאַן אַ רבֿ, האָט מען זי גערופֿן רביצין. אויב איר מאַן איז געווען אַ דאָקטער, האָט מען זי גערופֿן „פּאַניע דאָקטאָזשע‟.

אַנשטאָט צו זאָגן „ניין‟, האָבן מיר געהאַט דאָס ווערטל: „לא מיט אַן אלף‟, וואָס אויף לשון־קודש מיינט עס „ניין‟, בשעת „לו‟ מיט אַ „וואָוו‟, מיינט אויף העברעיִש „ער‟.

קומען מיר איצט צום וואָרט „קונדס‟, דאָס איז אַ יאַטל אַ שגץ, אַ לאַטיק, אַן עזות־פּנים, אַ לאָבוס. איך וועל זיך אָפּשטעלן אויפֿן וואָרט קונדס, וואָס דער טײַטש דערפֿון אין גריכיש איז „קאָנטראַס‟, און מיינט שטאַנגען. אין פֿאַרצײַטיקן ארץ־ישׂראל, ווען מ’האָט געפּראַוועט אַ חתונה, האָט מען די חופּה אַלעמאָל אַדורכגעפֿירט אין דרויסן, אויפֿן הויף און אויפֿן זאַמד. מ’האָט אָנגעשטעלט יונגע יאַטלעך זיי זאָלן האַלטן די חופּה־שטאַנגען, און ביז וואָס און ביז ווען, ביז מ’האַט געשטעלט די חופּה, איז דער חבֿרה קונדײַסים געווען לאַנגווײַליק. האָט מען געדריגעט מיט די פֿיס, באַוואָרפֿן יעדערן מיטן זאַמד, אָפּגעטאָן וואָס אין קאָרט שטייט, איז אונדז פֿאַרבליבן פֿון זיי אַ סימן — קונדס, אויף העברעיִש שובב.

ערשט אין ניו־יאָרק, פֿון 1909 ביז די שפּעטע 1920ער יאָרן איז אַרויס דער הומאָריסטישער זשורנאַל, וואָס האָט זיך גערופֿן „דער גרויסער קונדס‟, אויף ענגליש (The Big Stick) „דער גרויסער שטעקן‟; ווידעראַמאָל באַצייכט דערמיט די גרויסע חופּה־שטאַנגען.

וויפֿל פֿון אײַך ווייסן, אַז די „פֿליאָנדרע‟־פֿיש (flounder) איז בײַ אונדז באַצײכנט געוואָרן ווי אַ מיידל אָדער אַ יונגפֿרוי, אַן אַרומלויפֿערקע, אַן אויסגעפּוצטע ליאַליע. איר ווילט וויסן פֿאַרוואָס מ’האָט אויסגעקליבן דווקא אַ פֿליאָנדרע און נישט קיין העכט, און נישט קיין קאַרפּ? הייב איך נישט אָן צו וויסן. די ייִדישע פֿישער־לײַט האָבן געמוזט עפּעס באַמערקן אין דער פֿליאָנדרע, וואָס פֿאַר אונדז פֿרויען איז עס פֿאַרהוילן.

אונדז איז אויך פֿאַרבאָטן צו עסן ראַקעס, שלימאַקעס, שרימפּ, שעל־פֿיש און קרעב־פֿיש. אָבער מענטשן אין אַזיע, אַפֿריקע, אַפֿילו אין פֿראַנקרײַך, עסן קריכעדיקע בעלי־חיים, טשערעפֿאַכעס, געפֿלעקלטע סאַלאַמאַנדרעס און פּיפּערנאָטערס. פֿאַרשטייט זיך, די אַפֿריקאַנישע פֿעלקער באַלעקן זיך מיט אַלערליי שרצים, וואָס מיר פֿאַרדרייען די נעז ווען מ’זעט עס.