אויף ייִדיש זאָגט מען: מיידאָף האָט זיך עס „כּשר פֿאַרדינט‟!

How to Say “Madoff Deserved It!” in Yiddish


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published February 27, 2015, issue of March 20, 2015.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

וואָס איז אַ שבתדיק מאכל אָן אַ צימעס? מייערן צימעס מיט ראָזשינקעס, צימעס מיט פֿלוימען, צימעס מיט פֿערישקעס. אָבער אין פּוילן רופֿן הײַנט די פּאָליאַקן אַ שיין מיידל — אַ צימעס. ווייס איך נישט צי דאָס איז אַ קאָמפּלימענט צי אַ באַליידיקונג. און אַז דער „בויטשיק‟ דער בולוואַן, וואָס האָט אָנגעמאַכט אַזוי פֿיל צרות אין דער היים, האָט פֿאַרענדיקט אַ קאָלעדזש, מאַכט מען דערפֿון אַ „גאַנצן צימעס‟.

נאָך איין וואָרט לוינט זיך צו דערמאָנען, אַ וואָרט וואָס האָט גאָרנישט צו טאָן מיט עסנוואַרג, מיט כּשרות צי מיט קונדסערײַ. אַ סך פֿון אונדז זינגען ייִדישע לידער און פֿאַרשטייען קוים פֿון וואַנען זיי שטאַמען. וויל זיך דאָ דערמאָנען איציק מאַנגערס „מגילה־לידער‟. כ’דערמאָן זיך, ווען איך האָב געאַרבעט אויף מײַן דיסערטאַציע אין קאָלומביע, איז דער לערער פֿון ייִדישער איבערזעצונג געווען ר׳ לענאַרד וואָלף. ער האָט זיך געגרייסט דערמיט, וואָס זײַן גאַנץ ייִדיש וויסן איז געקומען בירושה פֿון זײַן באָבען. ער האָט אַלעמען דערציילט, אַז ער האָט גערעדט ייִדיש ביז ער איז אַלט געוואָרן זעקס. וואָס האָט זיך אַרויסגעוויזן? אַז ער איז געוואָרן דער פּאָפּולערסטער איבערזעצער פֿון מאַנגערס פּאָעזיע.

זיצן מיר אַזוי אין זײַן קלאַס, און איך פֿרעג אים, פֿאַרוואָס ער האָט אַרויסגעלאָזט אין מאַנגערס „מגילה־לידער‟ די לעצטע סטראָפֿע פֿון ערשטן ליד, וווּ עס שטייט „און המן הרשע דער לאַטיק‟? זאָגט ער פֿאַר אַלעמען אין די אויגן:

„ווײַל איך האָב עס נישט פֿאַרשטאַנען און נישט געוווּסט, וואָס עס מיינט.‟

פֿאַרשטייט זיך, אַז אין די אַכציקער יאָרן האָבן נאָך געלעבט ייִדישע שפּראַך־וויסנשאַפֿלער, וואָס וואָלטן זיכער געקומען אים צו הילף. און אין קלאַס האָבן זיך געפֿונען צווישן אַנדערע — ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, איך און אַנדערע סטודענטן, וואָס האָבן געקענט בעסער ייִדיש פֿון אים.

אָבער נישט אין דעם גייט עס. עס גייט מיר אינעם וואָרט „פֿאַסטריגתא‟, אַן אַלט אַראַמעיִשער אויסלייג, וואָס ענדיקט זיך מיט אַן אלף. איז די מעשׂה אַזאַ. ס’איז קיין מאָל נישט געווען אַזאַ וואָרט בײַ ייִדן, בלויז איציק מאַנגער האָט געקענט צוטראַכטן אַזאַ געניאַלן אײַנפֿאַל. און וויסן זאָלט איר, אַז איציק מאַנגער האָט אָפּגעשטאַמט פֿון טשערנאָוויץ, צו יענער צײַט רומעניע, און זײַן טאַטע, הלל מאַנגער, האָט פֿאַרמאָגט אַ שנײַדער־וואַרשטאַט. אין וואַרשטאַט האָבן געאַרבעט אַ חבֿרה שנײַדער־יונגען, וואָס זײַנען געווען בכּוח צו ציטירן שעקספּירס ווערק, און שעליס פּאָעזיע אויף ייִדיש.

אַז מ’מאַכט אַ מלבוש, מוז מען עס קודם „פֿאַסטריגעווען‟, דאָס הייסט, מ’נוצט ווײַסן פֿאָדעם און אַמאָל קרײַד צו פֿאַרצייכענען די לענג פֿון דער פּאָלע פֿון אַ מלבוש. דאָס האָט געהייסן, פֿאַסטריגעווען. האָט מאַנגער געשאַפֿן אַ העלד, אַ שנײַדער־ייִנגל און אים אָנגערופֿן פֿאַסטריגתא, פֿון פֿאַסטריגעווען…

דאָ מוז איך בלײַבן שטיין, איז דערווײַל, „האָץ מיר און זאַץ מיר‟, און אַ פֿריילעכן פּורים!