לכּבֿוד רבֿקה באַסמאַנס 90־יעריקן געבורטסטאָג

In Celebration of Rivka Basman’s 90th Birthday

רבֿקה באַסמאַן בן־חיים
Chana Pollack
רבֿקה באַסמאַן בן־חיים

פֿון יחיאל שיינטוך

Published February 27, 2015, issue of March 20, 2015.

* * *

וואָס טוט אַ מענטש מיט זייַנע נייַנציק יאָר?
ער הערט זיי אויף צו ציילן
ווי אויף אַ פֿאָדעם קרעלן
און זיך אַליין דערציילן
וואָס ניט צום גלייבן
די קרובֿהשאַפֿט פֿון לעבן מיטן טויט.
טאָ וואָס דערציילט אַ מענטש מיט נײַנציק יאָר
ווען יאָרן, ווילן ניט ווי זאַמד פֿאַרמעקן טריט; —
דעמאָלט ווערן ווערטער פֿונקען אין זכּרון
און אין האַרץ — אַ ליד.

רבֿקה באַסמאַן בן־חיים

2015


דער ענגלישער פּאָעט ס.ט. קאָלערידזש האָט זייער טרעפֿלעך דעפֿינירט וואָס פּראָזע איז: „ווערטער אין זייער ריכטיקן סדר‟. נאָך טרעפֿלעכער האָט ער דעפֿינירט וואָס פּאָעזיע איז: „די פּאַסיקסטע ווערטער אין זייער ריכטיקסטן סדר.‟

אַז מע לייענט רבֿקה באַסמאַנס פּאָעזיע, ווערט מען פֿאַרכאַפּט פֿונעם כּסדרדיקן סדר פֿון די ריכטיקסטע ווערטער — עס זאָל אויספֿעלן אָדער זײַן איבעריק אַן איינצלנער וואָרט!

ווײַל מע פֿילט די קאָמפּאַקטקייט און צוגעבונדנקייט פֿון ווערטער מיט ווערטער, און פֿון שורות מיט שורות, וואָס קאָנסטרויִרן יעדעס ליד ווי אַ גאַנצקייט, דערפֿאַר פֿאַרוואַנדלט זיך דער דאָזיקער געפֿיל אין אַן אינטעלעקטועלער איבונג, כּדי זיך צו דערגרונטעווען צו דער קאָמפּליצירטער גײַסטיקער איבערלעבעניש פֿון אַ וויברירנדיקער נשמה, וואָס פּרוּווט אָפּכאַפּן צוריק דעם גלײַכגעוויכט, נאָך פּאָנאַר און די נאַצי-לאַגערן.

רבֿקה באַסמאַנס ייִדיש, אַ רײַכע און לעבנסהאַפֿטיקע שפּראַך, מיניעט זיך און שימערירט אויפֿן פֿאָן פֿון די קאָנטעקסטועלע צוזאַמענהאַנגען פֿון אירע לידער. דער סוד פֿון רבֿקה באַסמאַנס געפֿילן און געדאַנקען ליגט טיף פֿאַרפֿלאָכטן אין דעם אומאויפֿהערלעכן דראַנג אָפּצוכאַפּן דעם אָטעם און דערפֿילן דעם לעבעדיקן פּולס פֿון אַ לעבן, וואָס גאַרט נאָך שיינקייט און וויל פֿאַרגעסן די מיאוסקייט פֿון פֿאַרדאָרבענער רשעות.

בלעטערנדיק די צוויי בענד פֿון רבֿקה באַסמאַנס אינקלוזיווער אויסגאַבע פֿון אירע לידער, האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַלכּסנדר שפּיגעלבלאַטס אַ פּאַראַגראַף פֿון זײַן אַרײַנפֿיר-וואָרט, און איך האָב אין אים דערהערט מײַנע אייגענע ווערטער. שפּיגעלבלאַט שרײַבט:

„רבֿקהס שטענדיקער דיאַלאָג מיט געוויקסן, פֿרילינג און זומער, אין זוניקע טעג און אין כמאַרע-רעגנדיקע, איז אין תּוך אַן אָנצוהערעניש וואָס עס טוט זיך אין איר נשמה. זי זוכט אין דעם אַן ענטפֿער ווי אַזוי צו פֿאַרוואַנדלען אימה אין ליד, און אימה טראָגט זי אין זיך אָן אַ שיעור, די אימה, מיט וועלכער זי איז געפּרוּווט געוואָרן אין ווילנער געטאָ און אין דײַטשע לאַגערן‟.

אין אַ שמועס מײַנעם מיט שפּיגעלבלאַט ז״ל, דער לאַנג־יאָריקער סעקרעטאַר פֿון „די גאָלדענע קייט‟ און ראַפֿינירטער און פֿילבאַרער פּאָעט, האָט ער האָט זיך מתוודה געווען, אַז עס געפֿעלט אים דער מיסטישער פּאָעט, רופֿא און קאַטוילישער גלח, אַנגעלוס סילעזיוס (1624־1677), דער זון פֿון אַ פּוילישן לוטעראַנער אַדלמאַן. אונדזער געשפּרעך איז געווען פֿאַרבונדן מיט אַהרן צייטלינס אַ ציטאַט — אַ פּאָר שורות פֿון דער פּאָעזיע פֿון אַנגעלוס סילעזיוס (מיר גיבן איבער אויף ייִדיש דעם דײַטשן טעקסט):

„פֿרײַנד, עס איז אויך גענוג. אין פֿאַל דו ווילסט לייענען מער, טאָ גיי און ווער די שריפֿט זעלבסט און זעלבסט דאָס וועזן‟.

רבֿקה באַסמאַנס פּאָעזיע אַנטוויקלט זיך שוין יאָרן, אין גײַסט פֿון פּאָעט אַנגעלוס סילעזיוס, נאָר בײַ איר ווערט זי אַליין די שריפֿט און אירע לידער — זעלבסט דאָס וועזן.

כּדי צו באַווײַזן די ריכטיקייט פֿון אַלכּסנדר שפּיגעלבלאַטס טעזע וועגן רבֿקה באַסמאַנס פּאָעזיע, צוזאַמען מיט די פֿאַראַלגעמיינערטע ווערטער מײַנע וועגן איר, האָב איך געפֿאַלן אויף אַ פּלאַן, ווי אַזוי צו דערפֿאָרשן די שײַכותן צווישן אומקום און רבֿקה באַסמאַנס אויפֿבלי ווי אַ פּאָעטעסע. אין אונדזער צײַט טוט מען זיך נישט קיין ריר אין יודאַיִסטישע וויסנשאַפֿטן, אָן אַ סמיכות-הפּרשה מיט דער אינטערנעץ. דער קאָמפּיוטער דערלויבט אונדז אויסנוצן נײַע שיטות. מיט איין קוועטש קען מען אויפֿטאָן ניסים־ונפֿלאות, און געפֿינען, למשל, איין וואָרט פֿון רבֿקה באַסמאַנס פּאָעזיע, ווי אַזוי ער קײַקלט זיך פֿון איין לירישן קאָנטעקסט ביז אַ צווייטן, לענג-אויס מער ווי 800 זײַטן פֿון איר וועזן און פּאָעטישן שריפֿט. די מעגלעכקייטן און פּירושים וואָס עפֿענען זיך פֿאַרן פֿאָרשער און פֿאַרן מאָדערנעם לייענער, זענען אומענדלעכע, אין פֿאַרגלײַך מיט צענדליקער יאָרן צוריק.

איך בין זיך מודה: אַלע כּמעט 800 זײַטן פֿון רבֿקה באַסמאַנס פּאָעזיע, האָבן מיר אין „מענדעלע פּראָיעקט‟ אין העברעיִשן אוניווערסיטעט, אַרײַנגעקלאַפּט אין קאָמפּיוטער (ערשטער מהלך). נאָך דעם האָבן מיר אָנגעהויבן איבערלייענען די לידער און אויסזוכן ווערטער, באַלאָדענע מיט עמאָציאָנעלן און היסטאָרישן באַטײַט (צווייטער מהלך). אין מיטן דאָס לייענען, האָבן מיר זיך נישט געקענט אײַנהאַלטן און אָנגעהויבן זוכן באַשטימטע ווערטער אין אַלע כּמעט 800 זײַטן (דריטער מהלך)…

ערשט דאַן האָבן מיר דערפֿילט, אַז מיר שווימען אין אַן אומענדלעכן גײַסטיקן ים פֿון געפֿילן, געדאַנקען, איבערלעבונגען און שטעלונגען צום לעבן און צו דער צוקונפֿט, אַז עס האָט אונדז אַזש פֿאַרכאַפּט דער אָטעם…

ווינטשן מיר רבֿקה באַסמאַן און זיך אַליין, ביז הונדערט און צוואַנציק יאָר, מיר זאָלן אין איינעם אוספּעיען דערפֿאָרשן, און באַווײַזן לכל-הפּחות אַ שפּליטער פֿון שפּיגעלבלאַטס און מײַן טעזע וועגן רבֿקה באַסמאַנס וויטאַליטעט און שעפֿערישקייט ווי איינע פֿון די וויכטיקסטע פּאָעטן פֿון דער שארית-הפּליטה.


די „פֿאָרווערטס‟־משפּחה ווינטשט אונדזער נאַציאָנאַלער דיכטערין, רבֿקה באַסמאַן בן־חיים געזונט און אָנערקענונג מצד דעם לאַנד און פֿאָלק, וואָס זי האָט באַזונגען און באַזינגט איר גאַנץ שאַפֿעריש לעבן.

באָריס סאַנדלער,

הויפֿט־רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרווערטס‟


רבֿקה באַסמאַן בן־חיים לייענט אירע לידער, „לייוויק־הויז”, 1994