(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אינעם זעלביקן יאָר האָט ד״ר פֿישמאַן אָנגעהויבן אַרבעטן אינעם פּענסילווייניער אוניווערסיטעט ווי אַ פּראָפֿעסאָר פֿון מענטשלעכע באַציִונגען און פּסיכאָלאָגיע. פֿון 1960 ביז 1988 איז ער געווען פּראָפֿעסאָר פֿון פּסיכאָלאָגיע און סאָציאָלאָגיע בײַם „ישיבֿה־אוניווערסיטעט‟, וווּ ער האָט אויך געדינט ווי דער דעקאַן פֿון דער „פֿערקאַוף גראַדויִר־שול פֿון סאָציאַלער וויסנשאַפֿט און הומאַניטאַרע שטודיעס‟. נאָך זײַן עמעריטירן זיך אין 1988 האָט ער געלערנט ווי אַ גאַסט־פּראָפֿעסאָר פֿון דערציִונג און לינגוויסטיק אין „סטענפֿאָרד־אוניווערסיטעט‟, ווי אויך אין צענדליקער אַנדערע אוניווערסיטעטן איבער די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ישׂראל, די פֿיליפּינען און האָלאַנד.
במשך פֿון זײַן לאַנגער קאַריערע האָט ד״ר שיקל פֿישמאַן אַרויסגעגעבן כּמעט הונדערט ביכער און מער ווי טויזנט אַקאַדעמישע אַרטיקלען, צווישן זיי — וויכטיקע פֿאָרש־אַרבעטן און טעאָרעטישע מאָנאָגראַפֿיעס, וואָס האָבן געלייגט די עיקר־יסודות פֿון פֿאַרשידענע אונטער־דיסציפּלינען אין דער סאָציאָ־לינגוויסטיק. ספּעציעל וויכטיק און נאָענט צום האַרצן זענען אים געווען זײַנע פֿאָרש־אַרבעטן איבער באַדראָטע און מינאָריטעט־שפּראַכן. ד׳׳ר פֿישמאַן האָט פֿאָרמולירט אַ וועגווײַזער, וואָס העלפֿט די פֿעלקער, וואָס רעדן אויף די שפּראַכן, צו וויסן, וואָסערע טריט מע קען אָננעמען צו העלפֿן זייערע שפּראַכן אויפֿצולעבן. פֿאַר זײַן אַרבעט לטובֿת באַדראָטע שפּראַכן האָט ער באַקומען די „לינגוואַפּאַקס‟־פּרעמיע אין 2004.
ניט געקוקט אויף זײַן ריזיקער אַקאַדעמישער טעטיקייט ווי אַ פּראָפֿעסאָר, מחבר און דער רעדאַקטאָר פֿון אומצאָליקע אַקאַדעמישע זשורנאַלן און ביכער, איז ד״ר פֿישמאַן שטענדיק געבליבן אַקטיוו אין דער ייִדיש־וועלט. אין 1965 האָט ער אַרויסגעלאָזט אַ פּיאָנערישע שטודיע וועגן ייִדיש אין אַמעריקע, און אין 1981 — רעדאַקטירט דעם ריזיקן 800־זײַטיקן באַנד אויף ייִדיש און ענגליש, Never Say Die, מיט צענדליקער אַקאַדעמישע אַרטיקלען וועגן דער ייִדישער לינגוויסטיק, געשיכטע און סאָציאָ־לינגוויסטיק. ער האָט במשך פֿון לאַנגע יאָרן געפֿירט אַ רובריק וועגן דער סאָציאָ־לינגוויסטיק פֿאַרן זשורנאַל „אויפֿן שוועל‟, ווי אויך אָנגעשריבן אַ גרויסע צאָל אַרטיקלען פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟ וועגן מינאָריטעט־שפּראַכן; דעם סאָציאָ־לינגוויסטישן מצבֿ פֿון ייִדיש און צוויישפּראַכיקייט, צווישן אַנדערע טעמעס. שיקל פֿישמאַן, צוזאַמען מיט געלען, האָבן אויך יאָרן לאַנג אָנגעפֿירט מיט אַ פֿונדאַציע, וואָס שטיצט ייִדיש־פּראָגראַמען צו לערנען די שפּראַך די יונגע לײַט. די פֿונדאַציע הייסט נאָך זײַנע עלטערן, אַרהן און סאָניע פֿישמאַן.
„די שבֿועה‟, וואָס פּראָפֿ׳ שיקל פֿישמאַן האָט געהאַלטן פֿאַר די „פֿאָרווערטס‟־לייענער לכּבֿוד דעם 100־יאָריקן יוביליי זינט דער טשערנאָוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ 1908 — קלינגט הײַנט ווי זײַן צוואה צו אונדז, די נײַע דורות פֿון ייִדיש־טרעגערס.
לאָמיר זיך צוהערן צו די ווערטער פֿונעם גרויסן שפּראַכן־מומחה, וואָס האָט ביזן לעצטן אָטעם געזאָרגט און געווייטיקט וועגן מאַמע־לשון. זײַן אָנזאָג צו יעדן פֿון אונדז איז: מעשׂים! מעשׂים! מעשׁים!
די „פֿאָרווערטס‟־משפּחה טרויערט איבערן טויט פֿון אונדזער מיטגליד און נאָענטן פֿרײַנד, דעם האַרציק שטילן ייִד אַ חכם, שיקל פֿישמאַן ע״ה. אַ טרייסט זײַן געטרײַער פֿרוי געלע שווייד־פֿישמאַן, זײַנע זין און דער גאַנצער משפּחה.
„פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.