(די 2 טע זײַט פֿון 3)
לייבל האָט זיך צעשמייכלט און געענטפֿערט:
„ווען מען האָט געזוכט אַ נאָמען פֿאַר מײַן פּלאַנעט, האָב איך פֿאָרגעלייגט ׳וואָלקן׳, פֿונעם ייִדישן וואָרט ׳וואָלקן׳, כמאַרע. אַלע האָבן הנאה געהאַט.
„און פֿון וואַנען זײַנען געקומען די צעשפּרייטע פֿינגער, מיט וועלכע ער באַנוצט זיך אין די פֿילמען?”
„האָט לייבל זיך מודה געווען, אַז ס’איז געקומען פֿון אַ כּהנס דוכנען.” איך האָב אים געפֿרעגט פֿון וואַנען קומט דער נאָמען „נימוי?”
האָט ער געענטפֿערט, אַז ער האָט נישט קיין אַנונג. דאָ האָב איך זיך דערמאָנט אין מײַן רוסיש און צוגעגעבן, אַז דאָס איז אַ רוסיש וואָרט, וואָס מיינט „אַ שטומער.” שטעלט אײַך פֿאָר זײַן איבערראַשונג און דאָס געלעכטער פֿון דער חבֿרה סטודענטן אין קלאַס. איך האָב אים מסביר געווען, אַז ווען די צענזאָרן זײַנען אַרמגעגאַנגען איבער די שטעט און שטעטלעך רעגיסטרירן די אײַנוווינער, האָט זײַן ווײַטער קרוב מסתּמא נישט פֿאַרשטאַנען וואָס מען וויל פֿון אים, האָט ער געשוויגן. האָט מען אים באַצײַכנט ווי אַ „נימוי”, אַ שטומען, מײַן סבֿרה.
ווען איך האָב איין אָדער צוויי מאָל געלערנט ייִדיש אויף מײַן ווינטער־וואַקאַציע אין „יו. סי. על. איי.”־קאַלעדזש אין לאָס־אַנדזשעלעס, האָט מיך לענאַרד פֿאַרבעטן אויף וועטשערע אין זײַן הויז אין בעווערלי הילס.
לאָמיך אײַך אויסזאָגן נאָך אַ סוד, ער איז געווען זייער אַ באַשיידענער מענטש; דאָס הויז איז געווען פּשוט, גאָרנישט ווי ס’רעשט וועגן די האַליווודער באַרימטע אַקטיאָרן. זײַן פֿרוי, סוזען, איז געווען אַ ייִדישע טאָכטער, ווידעראַמאָל באַשיידן און געלאַסן, אָן שום פּרעטענזיעס, און מיר האָבן פֿאַרבראַכט אַ היימישן אָוונט. פֿון דעמאָלט אָן האָט מען זיך פֿון צײַט צו צײַט באַגעגנט, אָנגעהאַלטן קאָנטאַקט דורך בליץ־פּאָסט, יעדן ראש־השנה זיך געוווּנטשן אַ גוט און געזונט יאָר, און ער האָט כּסדר געוואָלט וויסן, וואָס עס טוט זיך אין קאָלומביע לגבי דער ייִדיש־פּראָגראַם.
ווען מען האָט מיט איבער צען יאָר צוריק אָפּגעזאָגט די חזקה (טעניאָר) פֿונעם פּרעכטיקן פֿראָפֿעסאָר רחמיאל פּעלצן און נישט געוואָלט באַנײַען זײַן שטעלע, האָט די ייִדישע פּראָגראַם גענומען הינקען, דעמאָלט האָב איך זיך געטיילט מיטן פֿאַרלוסט מיט לייבלען, אַז מיר דאַרפֿן אַ סטאַבילע קאַטעדרע (טשעיר) צו פֿאַרזיכערן דעם קיום פֿון ייִדיש אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. און אַז מיר דאַרפֿן אָנשטעלן נאָך ייִדישע פּראָפֿעסאָרן, מיט ייִדיש וויסן, וועלכע זאָלן פֿאַרטרעטן רחמיאל פּעלצן. האָט לענאַרד נימוי אַרויסגענומען זײַן טשעק־ביכל און אויסגעשריבן די סומע פֿון קרוב צו אַ מיליאָן דאָלער און עס אײַנגעלייגט מיטן באַדינג, אַז עס מוז זיך געפֿינען אַן אַנדער מיליאָנער קאַנדידאַט און דעקן דעם זעלבן סכום. דערווײַל האָט מיך אָנגעכאַפּט איינע פֿון די געלט־זאַמלער אין קאָלומביע און געפֿרעגט:
„ווי אַזוי שטעל איך זיך פֿאָר קען מען באַקומען די זעלבע סומע וואָס לענאַרד נימוי האָט אײַנגעלייגט אויף אַ ייִדיש־קאַטעדרע אין קאָלומביע?”
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.