(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די אַלע, וואָס ווערן אינטערוויויִרט אינעם פֿילם, ראַנגלען זיך מיט דעם, ווי אַזוי ריכטיק אויסצודריקן זייער דאַנקבאַרקייט צו זייערע עלטערן, וואָס זיי האָבן, ניט געקוקט אויף זייערע ביטערע איבערלעבענישן געקענט דערציִען קינדער — הגם מיט פּסיכאָלאָגישע וווּנדן, וואָס זיי האָבן ניט־ווילנדיק איבערגעלאָזט. געוויסע זענען פֿאָרזיכטיק צו זאָגן, אַז זיי באַשולדיקן ניט זייערע עלטערן, וואָס זיי האָבן זייערע קינדער ניט אַלעמאָל דערצויגן אויף אַ געזונטן אופֿן אָדער זיי אָפּגעגעבן ניט אַזוי פֿיל אויפֿמערק און ליבע, ווי די קינדער פֿון אַנדערע עלטערן. כּהן דערקלערט, אַז ער, ווי אַ סך אַנדערע קינדער פֿון דער שארית־הפּליטה, האָט געדאַרפֿט זיך דערווײַטערן פֿון די עלטערן, כּדי זיך אויסצוהיילן פֿון גײַסטיקע פּראָבלעמען. כּהן לייקנט אָפּ בכלל דעם טיטל „קינדער פֿון די חורבן־איבערלעבער‟, ווײַל ער האַלט, אַז אַזאַ באַגריף מאַכט אַן אײַנדרוק, אַז דער חורבן אַליין האָט געשאַפֿן אַזעלכע קינדער, און ער וויל זיך באַפֿרײַען פֿון אַזאַ לאַסט.
אַחוץ דעם, וואָס ס׳איז ניטאָ קיין ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, וואָס נעמען אָנטייל אין „די קינדער פֿון דער נאַכט‟, איז דער פֿילם אויך גאַנץ אומגעוויינטלעך פֿאַרן זשאַנער, ווײַל קיינער זאָגט גאָרניט, וואָס וואָלט געקענט לאָזן אַ געפֿיל פֿון האָפֿענונג. ס׳איז דאָ אַ לאַנגע טראַדיציע, ווי אַזוי מע שטעלט פֿאָר די לעבנס־געבליבענע פֿונעם חורבן; דהײַנו: נאָכן דערציילן וועגן אַלע שרעקלעכע און טראַגישע זאַכן, וואָס זיי האָבן געזען, רעדן זיי אויך פֿון עפּעס פּאָזיטיווס, ווי למשל, וועגן זייערע קינדער און אייניקלעך אָדער וועגן עפּעס אַ מאָראַלישן נימשל, וואָס זיי האָבן פֿון דעם אַלעם אַרויסגעטראָגן. אינעם דאָזיקן פֿילם זעט מען אָבער ניט אַזאַ מין „ליכט בײַם סוף טונעל‟. קיינער רעדט ניט פֿון דעם, ווי פֿריילעך זיי לעבן זיך הײַנט אויס, אָדער וועגן די גרויסע משפּחות, וואָס זיי האָבן באַוויזן אויפֿצושטעלן. דער פֿילם לאָזט דעם פּובליקום מיט אַ טעם פֿון ריינער טראַגעדיע.
ניט אַלע קינדער פֿון דער שארית־הפּליטה האָבן געליטן פּסיכאָלאָגיש צוליב זייערע עלטערן, און ווײַט ניט אַלע האָבן געהאַט אַזעלכע טרויעריקע קינדער־יאָרן ווי די, וואָס ווערן אָפּגעשפּיגלט אינעם פֿילם. קען מען יאָ האָבן טענות צום בילד פֿונעם צווייטן דור, וואָס דער פֿילם מאָלט. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט דער מצבֿ, אָפּגעשפּיגלט אינעם פֿילם יאָ אַ הונדערט־פּראָצענטיקע שײַכות צו די איבערלעבענישן פֿון זייער אַ סך אַזעלכע ייִדן.
„די קינדער פֿון דער נאַכט‟, איז איינער פֿון די ערשטע, און דווקא דער עפֿעקטיווסטער פֿילם, צו ווײַזן יענעם אַספּעקט פֿונעם ייִדישן חורבן; און דערפֿאַר איז ער גאָר אַ וויכטיקער היסטאָרישער דאָקומענט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.