נתניהוס רעדע: אַ קאָמענטאַר אויף אַ קאָמענטאַר

Netanyahu's Speech: Response to a Reader

אַ חרדישער מאַן גייט פֿאַרבײַ אַ ריזיקן פּלאַקאַט פֿאַרן פּרעמיער בנמין נתניהו, דער קאַנדידאַט פֿון „ליכּוד‟, ירושלים, דעם 5טן מאַרץ
Getty Images
אַ חרדישער מאַן גייט פֿאַרבײַ אַ ריזיקן פּלאַקאַט פֿאַרן פּרעמיער בנמין נתניהו, דער קאַנדידאַט פֿון „ליכּוד‟, ירושלים, דעם 5טן מאַרץ

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published March 10, 2015, issue of April 03, 2015.

אין שײַכות מיט מײַן פֿריִערדיקן אַרטיקל, „נתניהוס פּורים־שפּיל‟, האָט לייבל באָטוויניק אָנגעשריבן אַזאַ בריוול — מע קען אים לייענען אין דעם עלעקטראָנישן נוסח פֿונעם אַרטיקל:

„טײַערער גענאַדי,

דאַכט זיך, אַז אײַער בײַשפּיל איז ניט ריכטיק. איר שרײַבט: ’…און אויף אַחשוורושן האָט זיך געשניטן דזשאָן ביינער‘. ביינער איז ניט דער ’מלך‘, נאָר אָבאַמאַ. אַחשוורוש איז ניט געווען דער נאַר וואָס מע מאָלט אים — ער האָט געוווּסט גענוי וואָס המן האָט געוואָלט טאָן. מרדכי און אסתּר האָבן קיין מאָל ניט געבעטן, אַז דער מלך אַחשוורוח זאָל ריזיקירן [מיט] זײַנע סאָלדאַטן און אָפּשטעלן המנס טויזנטער הענקערס. ער האָט יאָ געגעבן די ייִדן די רעכט זיך צו פֿאַרטיידיקן.

איך מיין, אַז וואָס נתניהו האָט געוואָלט אויפֿווײַזן איז, אַז די אַמעריקאַנער — אַ חוץ אָבאַמאַ — זאָלן גוט פֿאַרשטיין די סכּנה אין וועלכער ישׂראל, דער מיטל־מיזרח, ייִדן אַרום דער וועלט, און די וועלט בכלל געפֿינט זיך. הײַנט ווייסן מיר, אַז אין אַראַבישע צײַטונגען אין מצרים, סאַודיע און אַנדערשוווּ האַלטן זיי, אַז נתניהו האָט גוט געטאָן און ריכטיק געשילדערט די סיטואַציע. אויב זיי פֿאַרשטייען דאָס, פֿאַר וואָס זאָל אַמעריקע דאָס ניט זען?‟

אין ענגליש איז דאָ אַזאַ באַגריף — thought-provoking, עס דינט ווי אַן אַדיעקטיוו און מע נוצט אים, ווען די רייד גייט וועגן עפּעס וואָס עס פּראָוואָצירט, סטימולירט צו טראַכטן. פֿרײַנד באָטוויניקס בריוו געהערט, בלי־ספֿק, צו אָט דער קאַטעגאָריע. איך מיין דאָ ניט די טעמע פֿון פּורים. עס איז דאָ אַן אַלטע טראַדיציע פֿון ניט־דאָגמאַטישע אינטערפּרעטאַציעס פֿון דער גאַנצער געשיכטע, צופּאַסן זי צום הײַנטיקן טאָג. אַזוי פֿלעגט מען טאָן, אַ שטייגער, אין די מאָסקווער קרײַזן פֿון „רעפֿוזניקעס‟ — אסתּר, המן און אַנדער העלדן האָבן גערעדט וועגן זאַכן, וועלכע האָבן געהאַט גאָר אַ קנאַפּן שײַכות צום תּנ״ך.

איך מיין דאָ דעם צווייטן טייל פֿון פֿרײַנד באָטוויניקס בריוו. איך וויל ניט קאָמענטירן זײַן באַציִונג צום פּרעזידענט אָבאַמאַ. ס׳איז קיין נאָווענע ניט, אַז אַ היפּש ביסל ייִדן האַלטן אים פֿאַר אַ שׂונא־ישׂראל און שׂונא־אַמעריקע (נאָר 11 פּראָצענט רעפּובליקאַנער גלייבן, אַז זייער פּרעזידענט האָט ליב אַמעריקע). איך באַגעגן לײַט מיט אַזעלכע מיינונגען אויף שריט און טריט צווישן די רוסיש־שפּראַכיקע ייִדן. אָבער אויך אין דעם ייִדישן הויפּטשטראָם פֿעלן ניט אויס אַזעלכע מענטשן. דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, זייער רעכט צו טראַכטן אַזוי. איך ווייס אויך, אַז ס’איז אַ פּוסטע טירחה זיי איבערצוצײַגן, אַז זיי זײַנען ניט גערעכט. פּונקט אַזוי ווי ס׳איז ניט כּדאַי זיך אַמפּערן מיט אַן אָנהענגער פֿון דעם פּרעזידענט (איך געהער, ווי איר קענט זיך אָנשטויסן, צו דער צווייטער קאַטעגאָריע, כאָטש איך פֿאַרמאַך ניט די אויגן אויף די נאַרישקייטן, וואָס די איצטיקע אַדמיניסטראַציע טוט.)

דעם „געדאַנק־פּראָוואָצירנדיקן‟ עלעמענט געפֿין איך אין פֿרײַנד באָטוויניקס טענה, אַז טאָמער די אַראַבישע פּרעסע לויבט נתניהוס אַרויסטרעטונג אין דעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס, איז דאָס אַ באַווײַז, אַז דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער איז געווען גערעכט. מיט אַנדערע ווערטער, אויב מיר פֿירן ווײַטער די לאָגישע קייט, איז די מיינונג פֿון, אַ שטייגער, די סאַודישע צײַטונגען וויכטיקער ווי די מיינונג פֿון דער איצטיקער אַמעריקאַנער רעגירונג. אָט אַזוי נידעריק איז געפֿאַלן די רעפּוטאַציע פֿון דעם דעמאָקראַטיש אויסגעוויילטן פּרעזידענט, אַז די באַציִונג פֿון די, אין תּוך אַרײַן, דעספּאָטישע, אַנטי־ישׂראלדיקע רעזשימען האָבן אַ גרעסערע ווערט בײַ אייניקע אַמעריקאַנער און אפֿשר אויך אַנדערע ייִדן; איז עס טאַקע אַזוי, אָדער איך האָב זיך פֿאַרפּלאָנטערט?

איך חזר איבער דאָס וואָס איך האָב שוין דערקלערט אין מײַן פֿריִערדיקן אַרטיקל. מיר געפֿעלט ניט דער טאַראַראַם אַרום דער אַרויסטרעטונג פֿון נתניהו, די סטיליסטיק פֿון זײַן רעדע, שוין דער דריטער אין דעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס — אין דעם זין האָט ער דעריאָגט דעם לעגענדאַרן בריטישן פּרעמיער־מיניסטער ווינסטאָן טשערטשיל. אָבער גלײַכצײַטיק טענה איך בשום־אופֿן ניט, אַז איך פֿאַרשטיי אויף וויפֿל זײַן וויי־געשריי איז באַרעכטיקט. כ׳בין מקנא די מענטשן, וואָס זײַנען גרייט צו רעדן זאַכלעך, צי כּמו־זאַכלעך, וועגן אַזעלכע זאַכן, וועגן די צענטריפֿוגעס און אַנדערע פֿאַקטאָרן, וואָס שאַפֿן די איראַנישע סכּנה.

אַגבֿ, מיט אַ יאָרצענדליק צוריק האָט די פֿריִערדיקע, דזשאָרדזש בושס אַדמיניסטראַציע, איבערגעריסן די אונטערהאַנדלונגען מיט איראַן. די פּועל־יוצא איז, אַז זיי האָבן דעמאָלט געהאַט ווייניקער פֿון 200 צענטריפֿוגעס, און הײַנט דרייען זיך בײַ זיי שוין טויזנטער אַזעלכע מאַשינען.

איך ווייס ניט, מיט וואָס עס באַשעפֿטיקט זיך פֿרײַנד באָטוויניק. אפֿשר איז ער אַ מומחה אין אָט די ענינים. איך קען זאָגן מבֿינות וועגן דעם, מיט וואָס איך פֿאַרנעם זיך, וואָס איך פֿאָרש. גלײַכצײַטיק לייען איך, אַז אַזעלכע מענטשן, ווי אַ שטייגער מאיר דגן, דער געוועזענער ראָש המוסד, און אַ היפּש ביסל אַנדערע ישׁראלדיקע עקספּערטן זײַנען לחלוטין ניט מסכּים מיט נתניהוס אָפּשאַצונג. צי וועט עס זײַן ריכטיק אַוועקצומאַכן מיט דער האַנט זייער אָפּשאַצונג, מחמת די אַראַבישע פּרעסע איז מער „פֿאַרלאָזלעך‟ און האַלט אַנדערש?