נײַגעריקע יאַפּאַנער פּאָסמאַקעווען זיך מיט כומוס

Japanese Culinary Curiosity Gives Hummus Moment in the Rising Sun

דן צוקערמאַן, דער צווייטער פֿון לינקס, אין זײַן טאָקיאָ־רעסטאָראַן „טע־ים‟
Cnaan Liphshiz
דן צוקערמאַן, דער צווייטער פֿון לינקס, אין זײַן טאָקיאָ־רעסטאָראַן „טע־ים‟

פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִט״אַ)

Published March 10, 2015, issue of April 03, 2015.

נאָכן לאַנגן 13־שעהיִקן אַרבעטס־טאָג, קומט הידעהיקאָ עגאַטאַ, ווי געוויינטלעך, אין זײַן באַליבטן באַר, וואָס געפֿינט זיך אין דער רײַכער געגנט שיבוּיאַ.

עגאַטאַ אַרבעט ווי אַ עלטערער עצה־געבער אין אַן אָרטיקער פֿינאַנציעלער פֿירמע. ער עסט אָפּ די טראַדיציאָנעלע יאַפּאַנישע מאכלים, הייבט אָן אַ שמועס מיטן בעל־הבית פֿונעם רעסטאָראַן, און דערנאָך באַשטעלט ער זײַנע געוויינטלעכע נאַשערײַען: כומוס מיטן וואַרעמען נאַהוט, טחינה און איילבערט־בוימל. עגאַטאַ, אַן ענערגישער מאַן אין זײַנע 50ער, וועלכער פֿאַרנעמט זיך מיט געראַנגל־געניטונגען, כּדי צו בלײַבן אין אַ גוטן געזונט־מצבֿ, האָט איבערגעגעבן, אַז מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט ער צום ערשטן מאָל פֿאַרזוכט כומוס אין אַן אַנדער עק פֿון דער הויפּטשטאָט. ער האָט געמאַכט דעם אויספֿיר, אַז דער דאָזיקער מאכל איז באַזונדערס געזונט; ווען דער נײַער כומוס־פּלאַץ האָט זיך געעפֿנט אין טאָקיאָ, האָט ער אָנגעהויבן גיין כּסדר אַהין.

„טע־ים‟ איז איינער פֿון לכל־הפּחות 8 ישׂראלדיקע רעסטאָראַנען, וואָס האָבן זיך געעפֿנט אין יאַפּאַן במשך פֿון די לעצטע 5 יאָר, און באַדינען די שטאָטישע רײַכע עליט, וואָס האָט ליב צו פֿאַרזוכן נײַע מאכלים און זאָרגט זיך וועגן דיעטע. אין יאַנואַר, האָבן די ליובאַוויטשער חסידים געעפֿנט דעם איינציקן רעסטאָראַן אין דער שטאָט מיט אַ הכשר, „חנהס פּלאַץ‟, וווּ מע לייגט אויך פֿאָר כומוס און אַנדערע פּאָפּולערע ישׂראלדיקע מאכלים.

דן צוקערמאַן, דער 54־יאָריקער בעל־הבית פֿון „טע-ים‟, האָט זיך באַזעצט אין טאָקיאָ אינעם יאָר 1985. צוערשט, האָט ער געעפֿנט אַ „דעלי‟ און אינעם יאָר 2011 — דעם דערמאָנטן רעסטאָראַן. צוקערמאַן האָט איבערגעגעבן, אַז לעצטנס האָבן זיך אַ סך יאַפּאַנער פֿאַראינטערעסירט מיט פֿאַרשיידענע אויסלענדישע מינים עסנוואַרג: מעקסיקאַנער, פּאָרטוגאַלישע, שפּאַנישע צי גריכישע. אַן אַנדער ליובאַוויטשער, הרבֿ בנימין אדרי (עדערי), האַלט דעם איינציקן אָרטיקן כּשרן פֿאַלאַפֿעל־קיאָסק.

די אַראַבישע און ישׂראלדיקע נאַשערײַען זענען באַזונדערס פּאָפּולער אין יאַפּאַן, ווײַל מע קאָן זיי גרינג צוגרייטן פֿון די אָרטיקע פּראָדוקטן. אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿעטע מעקסיקאַנער טאַקאָס, האָבן די יאַפּאַנער ליב אַזעלכע ריינע און וויטאַמין־רײַכע וועגעטאַרישע מאכלים, ווי כומוס. ווי באַלד נאַהוט איז אַ טראַדיציאָנעלע יאַפּאַנישע גרינצײַג, שאַצן זיי אָפּ דעם מיטל־מיזרחדיקן רעצעפּט פֿונעם באַקאַנטן מין בעבלעך.