שוין איבער אַ וואָך, ווי דער פּרעמיער בנימין נתניהו האָט אָפּגעהאַלטן זײַן פֿלאַמיקע רעדע פֿאַרן אַמעריקאַנער קאָנגרעס, אָבער די נאָכקלאַנגען פֿון איר טראָגן זיך נאָך אַלץ אין ישׂראל, אין דער אָנגעגליטער אַטמאָספֿער ערבֿ די וואַלן. די שטיצער אין דעם רעכטן פֿליגל פּאָסמאַקעווען זיך מיט דעם פֿאַקט, אַז אַ ישׂראלדיקער פּרעמיער האָט געוואַגט עפֿנטלעך אַרויסצוטרעטן קעגן דעם „ווײַסן-הויז‟, קעגן דעם ווייניק פּאָפּולערן פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, און גערעדט האָט ער אויף אַ פֿײַנעם ענגליש. דאָס אַלץ איז שוין אַ שטיקל נצחון.
די לינקע פּאָליטיקער זענען פֿאַרבליבן מער קאַלט־געשטימט און געהאַלטן אין איין טענהן, אַז די רעדע אַליין ברענגט גאָרנישט, אויסער שאָדנס, און גראָבט אונטער די באַציִונגען מיט אַמעריקע אַלץ טיפֿער און טיפֿער.
עמך-ישׂראל פֿאָלגט געוויינטלעך נאָך די פּאָליטישע ליניעס פֿון די בלאָקן; פֿון דעסטוועגן, שאַפֿט זיך אַ געפֿיל, אַז מע האַלט זיך נישט בײַ זיי אַזוי שטרענג ווי די פּאָליטיקער גופֿא, וואָס מוזן עס טאָן מע זאָל זיי דערהערן אין דעם רעשיקן טאַראַראַם פֿון די וואַלן.
אַ לינקער קאָלומניסט האָט, צום בײַשפּיל, זיך אויסגעדריקט אַזוי:
„איך האָב נישט ליב נתניהו און זײַן צעדרייטע פֿרוי, זײַנע ליידיקע פֿלעשער און אײַזקרעם, אָבער, לײדער, הײַנט האָט זיך קלאָר אַרויסגעוויזן, אַז די געשיכטע וועט דערמאָנען נתניהו ווי אַ מנהיג, וואָס האָט פֿאָרויסגעזען און געוואָרנט, ווי נאָר ער האָט געקענט; און אָבאַמאַ וועט דערמאָנט ווערן אין איין אָטעם מיט אַנדערע שוואַכע מנהיגים, וואָס האָבן געבראַכט אַן אומגליק אויף דער וועלט‟.
אין אָט די ווערטער שטעקט דער פּלאָנטער פֿון די לינק-געשטימטע: זיי האָבן נישט ליב נתניהו, אָבער גאָר אַוועקמאַכן אים און זײַנע ווערטער קענען זיי אויך נישט, ווײַל נאָך אַלע אַרויסזאָגונגען „פֿאַר‟ און „קעגן‟ בלײַבט נאָך אַלץ די אונטערשטע שורה: אַלע זענען פֿאַרזאָרגט וועגן איראַנס נוקלעאַרע אַמביציעס. אַלע פֿאַרשטייען, אַז איראַן וועט נישט אויפֿגעבן סתּם אַזוי. אַלע מיינען, אַז איראַן פּרוּווט אָפּנאַרן אַמעריקע; און די מערהייט גלייבט, אַז אַמעריקע לאָזט זיך אָפּנאַרן צוליב אירע אינטערעסן.
עס איז אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז קיין שום פּאָליטיקער וואָס איז אַרויסגעטראָטן קעגן נתניהוס נסיעה, זאָגט נישט, אַז דער הסכּם איז גוט אָדער נישט זייער שלעכט. מע זאָגט זיך נישט אַרויס אויף דער טעמע גופֿא.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.