דער ייִדישער מוזיי אין וואַרשע האָט פֿאַרבעטן די וואַרשעווער קינדער אויף אַ פּורים־וואַרשטאַט. דער ערשטער טייל פֿונעם וואַרשטאַט איז געפֿירט געוואָרן דורכן „קינדער-טעאַטער‟ — די טעאַטראַלע קינדער־טרופּע פֿונעם פֿאַרבאַנד פֿון די ייִדן אין פּוילן.
די קליינע געסט האָבן באַקומען ווײַסע העמדער און מען האָט זיי געלערנט ווי מען שרײַבט זייערע נעמען אין ייִדיש, טאַקע אויף די העמדער. פֿאַרשטייט זיך, אַז טאַטע־מאַמעס זענען געווען אויך פֿאַראינטערעסירט אינעם ענין, אַזוי אַרום, אַז גאַנצע משפּחות האָבן זיך גענומען פֿלײַסיק צו דער אַרבעט, געמאָלט און געשריבן.
אין אַ צווייטן צימער האָט מען געלערנט די קינדער זינגען ייִדישע און העברעיִשע פּורים־לידער. אין אַ דריטן צימער פֿונעם שיינעם מוזיי האָבן געוואַרט אויף די קינדער כּל־המינים לײַוונטן און שטאָפֿן. פֿון זיי האָט מען געמאַכט פֿאַר די קינדער פּורימדיקע קליידער, לויט זייער פֿאַרלאַנג. זייער פּאָפּולער זענען געווען די אָנטועכצן פֿון אסתּר־המלכּה און להבֿדיל, דזשעק דער פּיראַט. אין אַ פֿערטן צימער האָט אַן אַקטריסע דערציילט די קינדער די מעשׂה פֿון פּורים מיט ליכטבילדער. צום סוף, האָט מען פֿאַרבעטן דאָס קליינוואַרג אין רעסטאָראַן בײַם מוזיי, וווּ זיי האָבן געמאַכט המן־טאַשן. די המן־טאַשן אַליין זענען שוין געהאַט געווען אָפּּגעבאַקן, אָבער די קינדער האָבן געקאָנט אָנפֿילן זיי מיט דזשעם.
אָנגעטאָן אין די נײַע פּורימדיקע העמדער, האָבן די קינדער געגעסן מיט גרויס אַפּעטיט די געשמאַקע המן־טאַשן.
עס זענען דאָ פּענסיאָנירטע לײַט וואָס פֿאַרברענגען די צײַט בײַ פֿאַרשיידענע דאָקטוירים, און דאָס רעשט — פֿאַרן טעלעוויזיע־עקראַן.
אַן אַנדער מין פּענסיאָנירטע געפֿינט מען אין דער „שלום־פֿונדאַציע‟ און אין איר פֿאָלקס-אוניווערסיטעט. דאָס האָט מען געקאָנט זען אויפֿן פּורים-באַל פֿונעם ייִדישן צענטער בײַ דער „שלום־פֿונדאַציע‟.
דאָרט האָט אַ גרופּע עלטערע סטודענטן אויפֿגעפֿירט די גוט באַקאַנטע פּיעסע „סינדערעלאַ‟. דער חידוש איז אָבער, אַז די פּיעסע איז אויפֿגעפֿירט געוואָרן אויף עבֿרית. די אַקטיאָרן, זײַט וויסן, זענען אַלע עבֿרית־סטודענטן. אַ טייל פֿון זיי לערנען זיך ייִדיש אויך.
צוליב די באַשיידענע מיטלען פֿון דער פּראָדוקציע האָט די כּישוף־מאַכערין נישט געקאָנט מאַכן אַ קאַרעטע פֿון דער דיניע, און זי האָט געמוזט, נעבעך, באַשטעלן אַ טאַקסי פֿאַר סינדערעלאַ, אָבער דאָס האָט נישט געשטערט די צושויער הנאה צו האָבן פֿון דער פֿאָרשטעלונג.
לאָמיר בלײַבן אין דער שיינער וועלט פֿון טעאַטער. דער וואַרשעווער ייִדישער טעאַטער גרייט צו אַ נײַעם ספּעקטאַקל, אַנ-סקיס „דיבוק‟. אַבֿרהם מאָרעווסקי און שמעון שורמיעי נאָך אים, האָבן געשפּילט די ראָלע פֿונעם מיראָפּאָלער צדיק אינעם „דיבוק‟ במשך פֿון פֿופֿציק יאָר.
פֿאַרשטייט זיך, דער הײַנטיקער „דיבוק‟ אינעם וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער וועט זײַן אַ ביסל אַנדערש. ראשית־כּל, וועט מען שפּילן אין דער פּוילישער שפּראַך מיט אַ צוגאָב פֿון ייִדישע און לשון-קדושדיקע טעקסטן.
לאָמיר האָפֿן, אַז מאַיאַ קלעטשעווסקאַ, וואָס ווערט באַטראַכט ווי איינע פֿון די בעסטע יונגע רעזשיסאָרן אין פּוילן, וועט אַרויפֿברענגען אויף דער בינע די קווינטעסענץ פֿון אַנ-סקיס שאַפֿונג.
ראָמואַלד וועקסלער איז געווען צו גאַסט אין ייִדישן מוזיי אין וואַרשע. ראָמואַלד איז בקיצור ראָמעק. ווער זשע איז ער, ראָמעק וועקסלער, און פֿאַר וואָס קומען מענטשן צו הערן זײַנע אַ לעקציע אין ייִדישן מוזיי?
ראָמעק וועקסלער איז אַ קאַטוילישער גלח. ערשט בײַ 35 יאָר האָט ער אַנטדעקט, אַז ער שטאַמט פֿון ייִדן. זיין מאַמע האָט אים געלאָזט בײַ אַ פּוילישער פֿרוי אין דער לעצטער מינוט איידער מען האָט זי פֿאַרשיקט אין טויט־לאַגער סאָביבאָר.
וועגן זײַן מערקווירדיקער לעבנס־געשיכטע האָט מען געמאַכט אַ פֿילם — „קרוע‟. קרוע מיינט צעריסן. ראָמעק וועקלסער איז טאַקע צעריסן געוואָרן צווישן זײַן אָפּשטאַם, זײַן ליבע פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק און זײַן קאַטוילישן גלויבן. צעריסן צווישן זײַן ייִדישער משפּחה און דער וועלט פֿון זײַן קינדהייט בײַ זײַן פּוילישער, שטרענג-קאַטוילישער מאַמען.
וועקסלער, אַ פּענסיאָנירטער גלח, לעבט די טעג אין ישׂראל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.