דער ייִדישער מוזיי אין וואַרשע האָט פֿאַרבעטן די וואַרשעווער קינדער אויף אַ פּורים־וואַרשטאַט. דער ערשטער טייל פֿונעם וואַרשטאַט איז געפֿירט געוואָרן דורכן „קינדער-טעאַטער‟ — די טעאַטראַלע קינדער־טרופּע פֿונעם פֿאַרבאַנד פֿון די ייִדן אין פּוילן.
די קליינע געסט האָבן באַקומען ווײַסע העמדער און מען האָט זיי געלערנט ווי מען שרײַבט זייערע נעמען אין ייִדיש, טאַקע אויף די העמדער. פֿאַרשטייט זיך, אַז טאַטע־מאַמעס זענען געווען אויך פֿאַראינטערעסירט אינעם ענין, אַזוי אַרום, אַז גאַנצע משפּחות האָבן זיך גענומען פֿלײַסיק צו דער אַרבעט, געמאָלט און געשריבן.
אין אַ צווייטן צימער האָט מען געלערנט די קינדער זינגען ייִדישע און העברעיִשע פּורים־לידער. אין אַ דריטן צימער פֿונעם שיינעם מוזיי האָבן געוואַרט אויף די קינדער כּל־המינים לײַוונטן און שטאָפֿן. פֿון זיי האָט מען געמאַכט פֿאַר די קינדער פּורימדיקע קליידער, לויט זייער פֿאַרלאַנג. זייער פּאָפּולער זענען געווען די אָנטועכצן פֿון אסתּר־המלכּה און להבֿדיל, דזשעק דער פּיראַט. אין אַ פֿערטן צימער האָט אַן אַקטריסע דערציילט די קינדער די מעשׂה פֿון פּורים מיט ליכטבילדער. צום סוף, האָט מען פֿאַרבעטן דאָס קליינוואַרג אין רעסטאָראַן בײַם מוזיי, וווּ זיי האָבן געמאַכט המן־טאַשן. די המן־טאַשן אַליין זענען שוין געהאַט געווען אָפּּגעבאַקן, אָבער די קינדער האָבן געקאָנט אָנפֿילן זיי מיט דזשעם.
אָנגעטאָן אין די נײַע פּורימדיקע העמדער, האָבן די קינדער געגעסן מיט גרויס אַפּעטיט די געשמאַקע המן־טאַשן.
עס זענען דאָ פּענסיאָנירטע לײַט וואָס פֿאַרברענגען די צײַט בײַ פֿאַרשיידענע דאָקטוירים, און דאָס רעשט — פֿאַרן טעלעוויזיע־עקראַן.
אַן אַנדער מין פּענסיאָנירטע געפֿינט מען אין דער „שלום־פֿונדאַציע‟ און אין איר פֿאָלקס-אוניווערסיטעט. דאָס האָט מען געקאָנט זען אויפֿן פּורים-באַל פֿונעם ייִדישן צענטער בײַ דער „שלום־פֿונדאַציע‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.