(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אַ טרויעריקע נײַעס איז פֿאַרבונדן מיט דער וועלט פֿון ייִדישער פּרעסע. עס איז ניפֿטר געוואָרן אַ מענטש, וואָס מיט זײַן נאָמען איז פֿאַרבונדן די אַנטשטייוּנג פֿון דער נײַער ייִדישער פּרעסע אין ראַטן־פֿאַרבאַנד — טאַנקרעד גאָלענפּאָלסקי. ער איז געווען אַ זשורנאַליסט, אַ פֿילאָלאָג, אַן איבערזעצער און אַ געזעלשאַפֿטלעכער טוער, אַ מיטגליד פֿון דעם רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס, ועד פֿון רוסלאַנד און פּרעזידיום פֿון פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות אין רוסלאַנד. אין 1989 האָט ער געגרינדעט די ערשטע ייִדישע צײַטונג אויף רוסיש נאָך סטאַלינס טויט, „קול מבֿשׂר פֿון דער ייִדישער סאָוועטישער קולטור‟; און נאָך 1990 — „אינטערנאַציאָנאַלע ייִדישע צײַטונג‟. גאָלענפּאָלסקי איז געבוירן געוואָרן אין 1931 אין כאַרבין, כינע, אין דער משפּחה פֿון ייִדישע עמיגראַנטן פֿון רוסלאַנד. זײַן שול־אויסבילדונג האָט ער באַקומען אויף ענגליש, און ווײַטער, אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, איז ער געוואָרן אַ קענער פֿון אַמעריקאַנער ליטעראַטור. ער האָט איבערגעזעצט פֿאַרן רוסישן לייענער ביכער פֿון סעמועל בעקעט, אירווין שאָו, אַרטור היילי, אַרטור מילער, דזשיימס באָלדווין און אַנדערע. ער האָט אויך אָנגעשריבן דעם סצענאַר „מיכאָעלס: אַ געוויינטלעכער מאָרד‟.
ביז די לעצטע טעג האָט גאָלענפּאָלסקי רעדאַגירט די „אינטערנאַציאָנאַלע ייִדישע צײַטונג‟. ער איז געשטאָרבן צו 83 יאָר.
צוליב דער עקאָנאָמישער לאַגע און די קאָנטר־סאַנקציעס איז פֿאַרמאַכט געוואָרן אַ כּשרע מילכיקע קאַפֿעטעריע. אין משך פֿון 5 יאָר האָט אין צענטער פֿון מאָסקווע געאַרבעט אַ קאַפֿעטעריע, וואָס איז געווען געשלאָסן שבת און האָט פֿאָרגעלייגט דעם עולם כּשרע מילכיקע מאכלים. דעם 7טן מערץ איז זי פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ געוויינטלעכער קאַפֿעטעריע פֿון „שאָקאָלאַדניצע‟. איצט איז אין מאָסקווע געבליבן נאָר איין כּשרע מילכיקע קאַפֿעטעריע, אין מאַרינאַ ראָשטשאַ. פֿליישיקע זענען דאָ עטלעכע.
אין מאָסקווער פֿאַרלאַג „אַספּעקט־פּרעס‟ איז אַרויסגעגאַנגען טאַטיאַנאַ קאַראַסאָוואַס בוך „ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן: די הויפּט־שטאַפּלען פֿון דער אַנטוויקלונג פֿון סטראַטעגישער מיטאַרבעט 1948—2014‟. דאָס איז אַ פֿאָרשונג וועגן דער געשיכטע פֿון דיפּלאָמאַטיע און עקאָנאָמיע, און דער מיטאַרבעט צווישן די צוויי לענדער ווערט אַנאַליזירט אין עטלעכע אַספּעקטן. די באַציִונגען צווישן מדינת־ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן ווערן באַטראַכט אין קאָנטעקסט פֿון אינטערנאַציאָנאַלע באַציִונגען און דער „קאַלטער מלחמה‟. די מחברין ווײַזט, ווי אַזוי מדינת־ישׂראל איז געוואָרן אַן אַליִיִרטע פֿון אַמעריקע, און אַנאַליזירט די פּערספּעקטיוון פֿון דער מיטאַרבעט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.