די וואָך זענען דאָס רובֿ געשעענישן אינעם ייִדישן קולטורעלן לעבן אין מאָסקווע פֿאַרבונדן געווען מיטן יום־טובֿ פּורים. מע האָט געקענט הערן די „מגילה‟ און אָנטייל נעמען אין אַ וועטשערע אין אַן ערך אַ צענדליק מאָסקווער שילן. דער נײַער מאָסקווער ייִדישער מוזיי האָט געפּראַוועט פּורים דעם 8טן מערץ — מיט אַ פּורימשפּיל, אַ קאָנצערט און אַ פּראָגראַם פֿאַר קינדער.
דאָס יאָר איז פּורים צונויפֿגעפֿאַלן מיט נאָך אַ דאַטע. ווי אין 1953, איז עס געשען דעם 5טן מערץ; דווקא אין דעם טאָג, מיט 62 יאָר צוריק איז געשטאָרבן סטאַלין, און אין דעם זעלבן טאָג איז געווען פּורים. אין אַ סך ייִדישע משפּחות ווי אויך שילן האָט מען דערמאָנט די געשעעניש.
דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ האָט אָרגאַניזירט אַ באַגעגעניש לכּבֿוד דעם יום־טובֿ. פּורים איז אַ פֿריילעכער יום־טובֿ, מע מאַכט קאַרנאַוואַלן, מע פֿאַרשטעלט זיך, מע שפּילט און מע לאַכט. דווקא דעם געלעכטער איז געווען געווידמעט די באַגעגעניש. די היסטאָריקערין פֿון ייִדן אין מיטל־אַלטער גאַלינאַ זעלענינאַ האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן די וויצן און דער לאַך־קולטור פֿון שפּאַנישע מאַראַנען, און דער היסטאָריקער מיכאַיִל מײַזולס האָט דערציילט וועגן דעם געלעכטער אין מיטל־אַלטערלעכער קריסטלעכער קולטור. ער האָט געוויזן בילדער פֿון קריסטלעכע כּתבֿ-ידן, דאָס רובֿ זייער גראָבע, פֿאַרבונדענע מיט דעם קערפּערלעכן אונטן, און אַנאַליזירט די ראַמען פֿון מיטל־אַלטערלעכער פּאַראָדיע: פֿון וואָס האָט מען געמעגט חוזק מאַכן און פֿון וואָס האָט מען ניט געטאָרט. אַנשטאָט אַ פּורים־שפּיל האָט געגעבן אַ פֿאָרשטעלונג דער גאַסן־טעאַטער „פֿעניקס‟.
דעם 5טן מערץ איז אין מאָסקווער „אינטערנאַציאָנאַלן מוזיק־הויז‟ פֿאָרגעקומען אַ קאָנצערט „תּל־אָבֿיבֿער ווירטואָזן‟. עס האָבן געשפּילט סאָליסטן פֿון ישׂראלדיקן פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער: דרײַ פֿידלען, אַן אַלט, אַ טשעלאָ און אַ קאָנטראַבאַס; דער מוזיקאַלישער אָנפֿירער און דיריגענט — אַלכּסנדר פּאָוואָלאָצקי. אויסגעפֿילט זענען געוואָרן ווערק פֿון ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן (אַלבעניס, גאַדע, אָלשאַנעצקי, סטראָק און אַנדערע), ווי אויך פּאָוואָלאָצקיס אייגענע ווערק און באַאַרבעטע ייִדישע פֿאָלקס־מעלאָדיעס. ווי געסט, האָבן אינעם קאָנצערט אויך אָנטייל גענומען סאָליסטן פֿון רוסלענדישן אָרקעסטער „מאָסקווער ווירטואָזן‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.