ווען אַן אָפּגעשאַצטער און דערפֿאָלגרײַכער העברעיִשער מחבר קומט צו גאַסט אין אַן אַמעריקאַנער אוניווערסיטעט, איז דאָס בבֿחינת אַ טאָג־טעגלעכע זאַך. ווען מע נעמט אין באַטראַכט די לאַנגע יאָרן פֿון אינטימע באַציִונגען צווישן די צוויי לענדער, ישׂראל און אַמעריקע, און דעם צענטראַלן אָרט, וואָס די ישׂראל־נײַעס באַקומען דאָ, איז עס בכלל נישט קיין חידוש.
לעצטנס, האָט מען אין מערילענד־אוניווערסיטעט וואַרעם מקבל־פּנים געווען אַזאַ מין העברעיִשן מחבר צו רעדן וועגן זײַן שאַפֿן און אַנדערע עניני־דיומא. דער איינציקער אונטערשייד ליגט אין דעם, אַז דאָס מאָל האָט עס צו טאָן מיט דעם פּאַלעסטינער־ישׂראלדיקן מחבר סאַיעד קאַשואַ, וואָס שרײַבט אויסשליסלעך אויף העברעיִש. „די איינציקע שפּראַך, וועלכע איך בין מסוגל אויף איר צו שרײַבן”, האָט ער אַליין געזאָגט.
דער פֿענאָמען פֿון די אַראַבער, וואָס שרײַבן אויף העברעיִש, האָט שוין עקזיסטירט אַ פּאָר יאָרצענדליקער פֿאַר קאַשואַן, אָבער אויף וויפֿל איך ווייס, פֿלעגן זיי תּמיד זײַן צוויי־שפּראַכיקע שרײַבער — אַראַביש און העברעיִש. קאַשואַ לייגט אם־כּן פֿאָר אַ נײַעם מאָדעל, וואָס דריקט כּלומרשט אויס די אינטעגראַציע פֿון אַראַבער אין ישׂראל. אָבער קאַשואַ, וואָס שרײַבט מיט אַ סך הומאָר וועגן די שוועריקייטן פֿון אינטעגראַציע אין ישׂראל, פֿאַרברענגט די לעצטע צײַט דווקא אין אילינוי, וווּ ער אַרבעט איבער אַ נײַעם ראָמאַן. עס זענען שוין דערשינען דרײַ ראָמאַנען זײַנע, וואָס מע קען לייענען אויך אין דער ענגלישער איבערזעצונג. דערצו האָט ער געשאַפֿן אַ קאָמישע סעריע פֿאַר דער ישׂראל־טעלעוויזיע, „עבֿודה ערבֿית” („אַראַבישע אַרבעט”), וואָס גייט שוין אָן פֿיר סעזאָנען.
אין צענטער פֿון „אַראַבישע אַרבעט” שטייט אַמדזשאַד, אַ פּאַלעסטינער־ישׂראלדיקער זשורנאַליסט, וואָס שטרעבט מיט אַלע כּוחות זיך צו אינטעגרירן און זיך אַרויפֿאַרבעטן אין דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט; דהײַנו, צו ווערן אַן אַשכּנזישער ייִד. ער פֿאַרפּלאָנטערט זיך כּסדר אין כּל־מיני זאַכן, אויף אַן אופֿן, וואָס טראָגט אַ גרויסע השפּעה פֿון דעם ייִדישן אַמעריקאַנער הומאָר נוסח „סײַנפֿעלד”, וווּדי אַלען, וכדומה. קאַשואַ לייקנט נישט אָפּ אָט די השפּעות; אַדרבא, ער זאָגט אַליין, אַז זײַן הומאָר איז דווקא אַ ייִדישער, און נישט קיין ישׂראלדיקער. געוויסע קריטיקער זענען מסכּים, אַז זײַן הומאָר איז דער טיפּישער הומאָר פֿון אַ מינאָריטעט, ווי דער ייִדישער הומאָר אין גלות.
דורך דעם הומאָר, האָט קאַשואַ דערקלערט, האָט זיך אים געהאַט אײַנגעגעבן אין „פּרײַמטײַם” ישׂראל־טעלעוויזיע אַרײַנצושטעלן און אַרומצורעדן סענסיטיווע טעמעס ווי דער „נאַקבאַ”, דער ענין ראַסיזם און דאָס גלײַכן. ס׳רובֿ פֿון זײַן רעדע איז געווידמעט געווען דעם ענין דיסקרימינאַציע קעגן אַראַבער אין ישׂראל. דערווײַל, האָט ער, אינעם אָוונט לכּבֿוד אים, אויסגעזאָגט, אַז מע האָט אים אין ישׂראל פֿאָרגעלייגט צו שאַפֿן אַ נײַעם סעזאָן „אַראַבישע אַרבעט”, וווּ דער העלד אַמדזשאַד ציט זיך טאַקע אַריבער אין די ברייטע קוקורוזע־פֿעלדער פֿון „מידוועסטערן” אַמעריקע.
אַפֿילו די ייִדישע שפּראַך שפּילט אַ קליינטשיקע ראָלע אין דער דאָזיקער טעלעוויזיע־סעריע. דאָס איז געשען אין גאַנג פֿון איין עפּיזאָד פֿונעם צווייטן סעזאָן. אַמדזשאַד קומט צו זײַן טאַטן, דערציילנדיק זײַן צרה, ווי אַזוי ער האָט זיך על־פּי־טעות מתחייבֿ געווען זיך צו באַטייליקן אויף דער יום־העצמאות־צערעמאָניע אין הר־הרצל. אין גאַנג פֿון דער סצענע, אַז די ייִנגערע קינדער זאָלן נישט פֿאַרשטיין, וואָס זיי ווילן זאָגן איינער דעם צווייטן, הייבן אָן די באָבע מיטן זיידן רעדן ייִדיש, ווי ס׳פֿלעגט זיך פֿירן אין אַ סך ייִדישע משפּחות.
קאַשואַ האָט מיר דערציילט, אַז ער האָט לכתּחילה אַלץ אָנגעשריבן אויף העברעיִש, און אַ פּראָדוקציע-מיטגלידס אַ קרובֿטע האָט דעם טייל איבערגעזעצט אויף ייִדיש. קאַשואַ האָט מיר אויך געזאָגט, אַז ער איז נישט געווען צופֿרידן פֿון דער מאַמעס ייִדיש, וואָס איז טאַקע אַרויסגעקומען נישט גענוג קלאָר. איך קען עדות זאָגן, אַז ווען אַן עולם, מערסטנס ייִדן, זעט דעם טייל, ווערט דער געלעכטער וואָס מער העכער. וואָס פֿאַר אַ חידוש איז עס צו זען אַראַבישע עלטערן רעדן ייִדיש צווישן זיך, כּדי די קינדער זאָלן נישט פֿאַרשטיין…
זעט דעם אויסצוג (צווישן 19:05 און 20:30), וווּ די אַראַבער פֿון עלטערן דור רעדן צווישן זיך ייִדיש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.